ערב ראש השנה

פון המכלול
ווערסיע פון 08:17, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אין ערב ראש השנה, וואס פאלט אויס אין כ"ט אלול, פירט מען זיך עטליכע מנהגים געבינדן מיט דער יום טוב וואס קומט גלייך דערנאך, ראש השנה (חוץ פון די אלגעמיינע מנהגים פון ערב יום טוב).

לויט דער כלל פון לא אד"ו ראש, קען ערב ראש השנה נישט אויסקומען אין די טעג שבת, דינסטאג און דאנערשטאג, נאר אין די טעג זונטאג, מאנטאג, מיטוואך און פרייטאג[1] .

ערב ראש השנה געפאלט אין די פאלגנדע טעג:
קביעות פון יאר טאג פרשת השבוע
בשז
גכז
הכז
זונטאג וילך
החא
השא
זחא
מאנטאג וילך
בחג
השג
זחג
זשג
מיטוואך האזינו
בחה
בשה
גכה
זשה
פרייטאג האזינו

אין הלכה

אין דעם טאג פירט מען זיך צו שעכטן אסאך בהמות און פארקויפן פלייש לכבוד יום טוב. חז"ל האבן דעריבער מתקן געווען אז איינער וואס קויפט א טייל פון א בהמה קען דאס קונה זיין מיט קנין כסף, אזוי ווי עס איז דער עיקר דין תורה, און מען דארף נישט מאכן קנין משיכה ווי אין אנדערע טעג פון יאר. ווען מען פארקויפט א בהמה, און מען האט שוין פארקויפט אין דעם טאג אויך די מאמע אדער דאס קינד פון די בהמה, דארף מען מעלדן דעם קונה דערוועגן, ווייל געוויס וועלן ביידע בהמות גע'שחט'ן ווערן אין זעלבן טאג און ער וועט נכשל ווערן אין איסור אותו ואת בנו[2]

ביי א שמיטה יאר, ווערט נשמט אלע חובות אין די לעצטע סעקונדע פון דעם טאג[3]. אויב דער מלוה וויל נישט אז די חובות זאלן פארפאלן גיין, דארף ער מאכן א פרוזבול אין דעם טאג אדער פריער[4].

מנהגי ישראל

  • מען שטייט אויף פרי צו זאגן סליחות און מען איז זיך מעורר צו תשובה[5], די אשכנזים פירן זיך צו פארמערן מיט סליחות און פיוטים, וואס דער צענטראלער פון זיי איז "זכור ברית אברהם" וואס רבינו גרשום מאור הגולה האט מחבר געווען. מען האט מתיר געווען אויך פאר אן אבל צו גיין אין שוהל זאגן סליחות, וויבאלד די סליחות פון ערב ראש השנה זענען גאר וויכטיג אין די אויגן פון מענטשן[6].
  • מען מאכט התרת נדרים מיט דריי מענטשן, כדי צו אריינגיין אין ראש השנה אן קיין עבירה פון נדרים[7].
  • מען זאגט נישט תחנון ביי שחרית, אזוי ווי יעדע ערב יום טוב, אבער ביי סליחות זאגט מען עס יא, אפילו נאך דער עלות השחר[8].
  • די קהילות וועלכע בלאזן שופר אין גאנץ חודש אלול, בלאזן אבער נישט אין ערב ראש השנה[9], כדי צו מאכן א הפסק צווישן די תקיעות וואס זענען נאר א מנהג צו די תקיעות פון ראש השנה וואס זענען מדאורייתא[10]. א בעל תוקע מעג זיך אבער איבן די תקיעות אין א פארמאכטער צימער[11].
  • מען שערט זיך אפ די האר און מען טוט זיך אן מיט שיינע קליידער, צו צייגן בטחון אז השי"ת וועט אונז דן זיין צום גוטן[12].
  • טייל פירן זיך צו זיך טובל'ען אין מקווה[13].
  • טייל פאסטן ביז חצות היום[14], לויט דער מדרש אז די חשוב'ע פאסטן און דער אויבערשטער איז מוחל א דריטל פון די עבירות[15]. לויט טייל ראשונים טאר מען נישט פאסטן, ווייל עס איז חוקות הגוים וואס זיי פאסטן פאר זייערע חגאות[16], געוויסע פירן זיך דעריבער צו אויפשטיין בעפאר עלות השחר און דאן עסן[17].
  • עס איז דא וואס פירן זיך צו גיין צו קברי צדיקים[18] כדי צו בעטן רחמים אין זייער זכות[19].
  • לויט טייל מקורות פלעגט מען מאכן דעם מנהג פון כפרות אין ערב ראש השנה[20]. מען פירט זיך אבער עס צו טון אין ערב יום כיפור אדער דורכאויס די עשרת ימי תשובה.
  • מען צינדט אן א ליכט וואס ברענט ווייניגסטענס 26 שעה, כדי צו קענען אנצינדן דערפון די ליכט פון צווייטן נאכט ראש השנה.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ז', הלכה א', שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף א'
  2. חולין פג, א, שולחן ערוך, חושן משפט, סימן קצ"ט, סעיף ג'
  3. דברים טו, א
  4. תוספתא שביעית פרק ח הלכה י, שולחן ערוך, חושן משפט, סימן ס"ז, סעיף ל'
  5. רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל קל"ח, סעיף ה'
  6. מחצית השקל, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף א'
  7. של"ה מסכת יומא; רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל קל"ח, סעיף ח'.
  8. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ג' און משנה ברורה סעיף קטן כ"ג
  9. רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ג'
  10. מגן אברהם תקפא, יד לויט דער לבוש. אין מטה משה ווערט געברענגט אן אנדער טעם פון דער מהרי"ל, הלכות ימים הנוראים, אז דאס איז כדי צו פארטומלען דער שטן ער זאל מיינען אז דער יום הדין איז שוין אריבער.
  11. משנה ברורה, סימן תקפ"א, סעיף קטן כ"ד בשם דער אליה רבה
  12. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ג'; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ד'.
  13. רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ד'
  14. מנהג אשכנז, געברענגט אין טור און שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ב'
  15. ויקרא רבה, פרשה ל'; מדרש תנחומא פרשת אמור פיסקא כ"ב און פסיקתא פיסקא כ"ז, לויט די גירסא פון דער ראבי"ה חלק ב סימן תקכ"ט. זעט אויך אין ספר האגור, סימן תתק"כ
  16. הגהות מיימוניות אויפ'ן רמב"ם, הלכות שופר, פרק א, הלכה א
  17. רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ב'
  18. רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ד'; קיצור שולחן ערוך, סימן קכח, סעיף יג
  19. משנה ברורה, סימן תקפ"א, סעיף קטן כ"ז
  20. זעט: רש"י, שבת פא, ב, ד"ה האי פרפיסא; שבלי הלקט סימן רפ"ג בשם תשובת הגאונים; תניא רבתי סימן ע"ב.