רוי:רבי חיים האגער (תורת חיים)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תורת חיים, גראסווארדיין, תרפ"ז

רבי חיים האגער (ה'תקנ"הכ"ה אייר ה'תרי"ד) איז געווען דער צווייטער רבי אין דער קאסוב וויזשניץ דינאסטיע, באקאנט אלס דער "תורת חיים", גערופן נאך זיין ספר.

ביאגראפיע

רבי חיים איז געבוירן אין יאר תקנ"ה, צו זיין פאטער רבי מנחם מענדיל "דער אהבת שלום", א זון פון רבי יעקב קאפיל חסיד און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון רבי שמואל שמחה זימל קאך פון קאסוב. ער האט חתונה געהאט צום רעבעצ'ן מרת ציפורה, טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שפיטיווקא א איידעם פון רבי יעקב שמשון פון שפיטיווקא, א אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. אנהייב איז ער געזעצן קעסט ביי זיין שווער אין שפיטיווקא, אין נאך זיין טאטנס הסתלקות, ביום י"ז חשון תקפ"ו, איז ער אויפגענומען אלס ממלא מקומו ברבנות אין אדמו"רות אין שטאט קאסוב.

ער איז געווען באקאנט אלס א למדן, די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים.

אויך איז ער געווען באווסט מיט זיין שארפקייט, עקסטער אין זיין הנהגה מיט די שוחטים אין קאסוב, ער איז געווען באקאנט מיט זיין הכנסת אורחים. ער האט געקאכט אין שבת, ווי זיין פאטער. ער פלעגט אנעמען שבת זייער פרי.

ער איז נפטר געווארן ביום כ"ה אייר ה'תרי"ד, ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.

פאמיליע

זיינע קינדער:

זיינע ספרים

  • תורת חיים
  • תורת חיים תנינא

לקריאה נוספת

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר