פרשת יתרו
| |||||
פסוקים | שמות יח, א - כ, כב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 75 (47'סטע) | ||||
צאל ווערטער | 1105 (46'סטע) | ||||
צאל אותיות | 4022 (46'טע) | ||||
אינהאלט | יתרו און ציפורה שליסן זיך אן מיט כלל ישראל, שלושת ימי ההגבלה, מעמד הר סיני | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים און איטאליענער | ישעיהו ו, א - ז, ו, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו | ||||
ספרדים, חב"ד און פאזנע | ישעיהו ו, א–יג | ||||
תימנים | ישעיהו ו, א–יג, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו |
פרשת יִתְרוֹ איז די פינפטע סדרה פון ספר שמות, און די זיבעצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ח, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ', פסוק כ"ב, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 75 פסוקים[א] און פערצן פרשיות - פיר פתוחות און צען סתומות.
אין די פרשה ווערט געשילדערט דאס קומען פון יתרו צו כלל ישראל; און דאן די הכנות צו - און די מעמד קבלת התורה.
פרשת יתרו ווערט געליינט צווישן י"ז און כ"ד שבט. די פרשה פון קבלת התורה ווערט געליינט די ערשטע טאג שבועות.
אינהאלט
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[2] איז פארהאן זיבעצן מצוות אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינטיגע צייטן | באפוילענע |
---|---|---|---|
אמונת השם | אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם וגו' (כ, ב) | יא | יעדער |
נישט גלייבן אין עפעס אויסער גאט | לֹא יִהְיֶה לְךָ אֱלֹקִים אֲחֵרִים עַל פָּנָי (כ, ב) | יא | יעדער |
נישט מאכן אן אפגאט | לֹא תַעֲשֶׂה לְךָ פֶסֶל וְכָל תְּמוּנָה (כ, ג) | יא | יעדער |
זיך נישט ביקן צו עבודה זרה | לֹא תִשְׁתַּחְוֶה לָהֶם וְלֹא תָעָבְדֵם (כ, ד) | יא | יעדער |
נישט טון געצנדינערישע ריטואלן | וְלֹא תָעָבְדֵם (כ, ד) | ||
נישט שווערן פאלש אדער אומזינסט | לֹא תִשָּׂא אֶת שֵׁם ה' אֱלֹקֶיךָ לַשָּׁוְא (כ, ד–ו) | יא | יעדער |
הייליגן דעם שבת מיט רייד | זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ (כ, ז) | יא | יעדער |
נישט טון קיין מלאכות אום שבת | לֹא תַעֲשֶׂה כָל מְלָאכָה (כ, ט) | יא | יעדער |
כיבוד אב ואם | כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ (כ, יא) | יא | יעדער |
לא תרצח | לֹא תִּֿרְצָח (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תנאף | לֹא תִּֿנְאָף (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תגנוב | לֹא תִּֿגְנֹב (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תענה ברעך עד שקר | לֹא תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָׁקֶר (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תחמוד | לֹא תַחְמֹד בֵּית רֵעֶךָ וגו' (כ, יג) | יא | יעדער |
נישט מאכן א צורה פון א מענטש | לֹא תַעֲשׂוּן אִתִּי וגו' (כ, יט) | יא | יעדער |
נישט בויען דעם מזבח מיט אבני גזית | לֹא תִבְנֶה אֶתְהֶן גָּזִית (כ, כא) | ניין | די בויערס פון משכן און בית המקדש |
נישט ארויפגיין דעם מזבח מיט טרעפ | וְלֹא תַעֲלֶה בְמַעֲלֹת עַל מִזְבְּחִי אֲשֶׁר לֹא תִגָּלֶה עֶרְוָתְךָ עָלָיו (כ, כב) | ניין | די בויערס פון משכן און בית המקדש |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - י"ז שבט
- הכז יאר - י"ח שבט
- החא יאר - י"ט שבט
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - כ' שבט
- בחג יאר און זשג יאר, בחה יאר זשה יאר - כ"ב שבט
- זחא יאר און זחג יאר - כ"ד שבט
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו. די אשכנזים און איטאליענער ליינען פון קאַפּיטל ו', פסוק א' ביז קאַפּיטל ז', פסוק ו', און לייגן צו קאַפּיטל ט', פסוקים ה'–ו'. די ספרדים, תימנים, קהלות חב"ד און פאזנע ליינען קאַפּיטל ו', פסוקים א'–י"ג, און די תימנים לייגן אויך צו ט, ה–ו ווי די אשכנזים. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די אנטפלעקונג פונעם אויבערשטן צו ישעיהו, ווי ער ווערט געהייליגט אלס נביא.
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ישעיהו לג, יג - לד, י.
מנהגים
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת יתרו, אויף שיתופתא
- פרשת יתרו, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת יתרו - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת יתרו, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת יתרו", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת יתרו אויף קול הלשון
- פרשת יתרו, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת יתרו, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת יתרו, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת יתרו, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת יתרו", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת יתרו אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ דאס איז די צאל פסוקים לויט אונזער נוסח מיט'ן טעם התחתון וועלכע ווערט געליינט ביחיד, וואו די עשרת הדברות באטרעפט דרייצן פסוקים. אין די חומשים איז געצייכנט די צאל און די סימן אלס 72, וועלכע איז לויט'ן טעם העליון, מיט'ן נוסח אז יעדע דיבור פון די עשרת הדברות איז א באזונדערע פסוק. אונז ליינען אבער היינט בציבור די טעם העליון לויט'ן נוסח אז אנכי און לא יהיה זענען איין פסוק[1].
רעפערענצן
- ↑ זעט הכתב והקבלה, הערה ב׳ (סוף ספר דברים), די פארשידענע נוסחאות אין די עשרת הדברות
- ↑ ספר החינוך, מצוות כה–מא.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |