דרעפט:יעקב'ס חלום
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
יעקב אבינו האט געהאט א חלום זייענדיג אויפן וועג פון באר שבע קיין חרן, אין וואס ער האט געזען א מראה פון א לייטער מיט מלאכים, און ווי גאט פארשפרעכט אים צו היטן, און צו געבן ארץ ישראל פאר זיינע קינדער.
די געשיכטע
יעקב אבינו איז ארויס געגאנגען פון באר שבע קיין חרן אויף די באפעל פון זיינע עלטערן נאכן צוכאפן די ברכות. אנקונקומענדיג קיין לוז האט זון שוין אונטער געגאנעגן און יעקב האט זיך געלייגט שלאפן. ער האט גע'חלומ'ט איבער א לייטער וואס איז שטייענדיג אויפ'ן ערד און עס קומט אן ביז'ן הימל, און מלאכים גייען ארויף און אראפ פון דעם. אין חלום האט דער אויבערשטער זיך באוויזן פאר יעקב און אים צוגעזאגט אז דער לאנד, ארץ ישראל, אויף וואס ער ליגט וועט ער באקומען, ווי אויך האט ער אים צוגעזאגט אז ער וועט אים אכטונג געבן אויפ'ן וועג.
יעקב איז אויף געשטאנען פון חלום און אויס גערופן אז דער פלאץ איז א 'בית אלוקים' און 'שער השמים', און צוליב דעם רופט ער אן די פלאץ 'בית א-ל'. ער האט געבויעט דארט א מציבה און געמאכט א נדר אז אויב דער אויבערשטער וועט עם אכטונג געבען, וועט ער ווען ער וועט צוריק קומען, קובע זיין די פלאץ אויף דעם אויבערשטן'ס שטוב, און ער וועט געבן מעשר פון זיין רכוש [1].
אין מדרש
אין מדרש שטייט אויך אז דער אויבערשטער האט אים געוויזן די שרים פון בבל, מדי, יון, און אדום ווי זיי גייען ארויף און אראפ, און דער אויבערשטער האט אים געזאגט: דו גיי אויך ארויף. יעקב האט מורא באקומען און געזאגט אפשר ח"ו אז פונקט ווי יענע האבן געהאט א ירידה, וועל איך אויך האבן? האט אים דער אויבערשטער געזאגט "וְאַתָּה אַל תִּירָא עַבְדִּי יַעֲקֹב"[2]` אויב גייסטו ארויף וועסטו קיינמאל נישט האבן קיין ירידה. ער האט tcgr נישט געגלייבט און איז נישט ארויף. האט אים דער אויבערשטער געזאגט, וואלסטו ווען געגלייבט און ארויף געגאנגען, וואלסטו קיינמאל נישט אראפ געקומען, יעצט אז דו האסט נישט געגלייבט און ביזט נישט ארויף וועלן דיינע קינדער ווערן אונטערטעניג צו די פיר מלכיות אויף דער וועלט מיט פארשידענע שטייערן[3].
פלאץ
עס זענען דא וואס האלטן אז דער היינטיגער יישוב בית א-ל איז ביי יענעם פלאץ און דערפאר הייסט דאס אזוי[4], אבער עס זענען דא וואס האלטן אז עס איז געווען אין הר הבית[5].
צייט
לויט דער ספר היובלים[6], האט יעקב אנגעקומען צו דער פלאץ אין יאר 2,115 צום בריאת העולם, אין דער טאג א' ניסן ביים אידישער קאלענדער.
משמעות פון דער לייטער
די ווארט 'סולם' שטייט נאר איין מאל אין די תורה.
- עס זענען דא וואס זענען מסביר אז די חלום מיינט צו באווייזן די געשיכטע פון עם ישראל און ארץ ישראל: יעדער מלאך מיינט אן אנדער פאלק, און אז די מלאכים זענען 'עולים ויורדים' מיינט צו זאגן אז יעדער פאלק האט א צייט וואס ער גייט ארויף אבער שפעטער וועט קומען א צייט וואס ער וועט אראפ גיין.[7]
- עס זענען דא וואס זענען מסביר אז דער לייטער מיינט צו באווייזן די קשר פון עם ישראל מיט דעם אויבערשטן; די מלאכים וואס גייען ארויף מיינט די תפילות און די קרבנות וואס דער מענטש איז מקריב פאר'ן אויבערשטן, און די מלאכים וואס גייען אראפ מיינט די ברכה און די נבואה וואס דער אויבערשטער גיט פאר'ן מענטש.[8]
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער יעקב'ס חלום אויף וויקיקאמאנס
- סולם יעקב (חלום מקראי), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ ספר בראשית, קאַפּיטל כ"ח.
- ↑ ירמיה ל, י
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ב'
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ט, פסקה ז'.
- ↑ פסחים פח, א. חולין צא, ב.
- ↑ פרק כ"ז
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ה; עס איז אראפ געברענגט אין פירוש הרמב"ן
- ↑ דעת מקרא