דרעפט:חנוכה ליכט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שבע מצוות דרבנן
The10Commandments.png
Menorah7a.png
הללמגילת אסתרחנוכה ליכט
נרות שבתנטילת ידייםברכהעירובין
חנוכה ליכט ביים פענסטער אין קבר רחל.
פרסומי ניסא פון חנוכה ליכט דורך א שליח פון חב"ד

די חנוכה ליכט צינדן איז איינע פון ​​די זיבן מצוות דרבנן, צו מפרסם זיין די גרויסע ניסים אז די חשמונאים האבן געזיגט די יוונים, און אזוי אויך די נס מיט די קריג פון אויל[1]. די מצוה סימבאליזירט די יום טוב חנוכה. די מצוה ווערט דערמאנט אומדייטליך אין משנה[2], און אירע הלכות ווערן ווערט אויסגערעכנט נאר אין ברייתא[3].

די הלכה פאדערט איז אז אין יעדן אידישן הויז דארף ווערן אנגעצינדן א ליכט יעדן טאג[4], אבער היינט איז איינגעפירט צו צינדן יעדן טאג איין ליט מער ווי פארגאנגענעם טאג[5]. מפירט זיך צו צינדן אין אן עקסטערן חנוכה לאמפ אבער דאס איז נישט אויסגעפאדערט אין הלכה. מדארף צינדן אין שטוב ביי א פלאץ ווי סוועט געזען ווערן אינדרויסן אין גאס, ווי צום ביישפיל ביי א פענסטער אדער א טיר אד"ג[6].

מקור

די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט ווערט שוין דערמאנט אלס א מצוה אומדייטליך אין משנה[2], און אין גמרא ווערט אויסגעשמועסט אז דאס איז אלס זכר צו די נס ווען אין די טעג אום יאר ג'תקצ"ו האבן די חשמונאים געוואנען די יוונים, זיי האבן צוריק איבער גענומען די בית המקדש, מטהר געווען פון די טומאות און האבן אנגעצינדן די מנורה בדרך נס אכט טעג, פון א קליין קריגל אויל, ביז מהאט פאבליצירט פרישע איילבירטן אויל בטהרה[7], אויף צו דערמאנען און פארשפרייטן דעם נס צינדט מען ליכט[8].

די פּרטים פון דער מצוה און אירע תנאים זענען אויף דעם ציל, די אָנצינדן פון א ליכט וואָס שיינט צו די גאס, אין צייט ווען עס זענען נאך פארהאן מענטשן אויף דער גאס, און כאטש פֿאר זיין הויזגעזינד.

ווער דארף צינדן

אין גמרא ווערט ערקלערט אז סיי מענער און סיי ווייבער זענען מחויב צו צינדן די ליכט, טראץ וואס סאיז א מצות עשה שהזמן גרמא, אבער אויך די ווייבער זענען געווען א טייל פון די נס[9].

ביי די אשכנזים זענען דא וואס פירן זיך אז אלע הויזגעזינד א חוץ די פרוי צינדן באזונדער חנוכה ליכט, א חוץ די פרוי וואס איז יוצא פון איר מאן[10].

די ספרדים און תימנ'ע פירן זיך אז נאר דער בעל הבית[11] צינדט ליכט, און אלע זענען יוצא פון אים, אפילו אויב זיי געפונען זיך נישט דארט אויפן ארט מיט אים[12]. דאס אלס נאר אויב סאיז דא ווער סצינדט פאר אים, אבער אוב ס'איז נישט דא, דעמאלט אפילו א קטן דארף אליינס צינדן ליכט.

וואס צינדט מען

חנוכה לעמפ מיט ליכט פון אויל און פון וואקס.

מיט אלע סארטן אויל און קנויטן קען מען אנצינדן די ליכט, אויך אזעלכע וואס מטאר נישט אנצינדן דערמיט די שבת ליכט,[13].
טראץ דעם זאגט די גמרא[9] אז איילבירטן אויל איז איבערהויפט. זענען פארהאן וואס זאגן אז די סיבה דערצו איז צוליב וואס זיין ליכטיגקייט איז ריינער פון אלע רנדערע, און אויב אזוי איס וואקס פונקט אזוי גוט אדער אפילו נאך בעסער[14]. אנדערע זאגן אז די סיבה איז צוליב וואס דאס איז פון די זעלבע מאטריאל פון די ליכט וואס דערמיט איז געווען די נס חנוכה אין בית המקדש, און דערצו איז דאס אויך איבערהויפט וואקס, אזוי אויך יעדער אנדערער אויל איז בעסער ווי וואקס, ווייל סאיז כאטש פון די זעלבע סארט פון די אויל פון בית המקדש[15].נאך זענען דא וואס צינדן נאר מיט אויל וואס מקען אויך עסן, און נישט אויל וואס נאר אויף צו צינדן אזויווי די אויל אין בית המקדש איז געווען פאסיג אויך אויף צו צינדן און אויך אויף צו עסן[16].
אויך דער מהר"ל האלט אז וואסארא אויל איז נאר בעסער פון וואקס, ווייל נר איז א ליכט וואס איז געצינדן געווארן אין א כלי, און נאר אויל ליכט צינדט מען אין א כלי, אנדערש ווי א וואקס ליכט וואס מקען צנידן פאר זיך וואס דאס איז אזויווי א אבוקה וואס מטאר נישט צינדן פאר חנוכה ליכט[17].

וויפיל צינדט מען

א חנוכה לאמפ אנגעצינדן דעם ערשטן טאג, אוועקגעשטעלט ביים פענסטער

אין גמרא[18] ווערט געברענגט אפר שטאפלען פון די צאהל ליכט צו צינדן.

  • נר איש וביתו - איין ליכט פאר אלא הויזגעזינד מיטגלידער.
  • מהדרין - יעדער פון די הויזגעזינד מיטגלידער איין ליכט.
  • מהדרין מן המהדרין - איזא מחלוקת, בית שמאי האלטן אז די ערשטע טאג צינדט מען אכט ליכט און אין די קומענדיגע טעג פוחת והולך - יעדן טאג איין ליכט ווינציגער ווי די נעכטיגע טאג, און בית הלל האלטן אז די ערשטע טאג צינדט מען איין ליכט און אין די קומענדיגע טעג מוסיף והולך - יעדן טאג איין ליכט מער ווי די נעכטיגע טאג[ב]
    די הלכה איז אז מזאהל צינדן ווי די מהדרין מן המהדרין לויט די גאנג פון בית הלל, אבער אויך דערין זענען פארהאן אפאר מיינונגען וויאזוי פונקטליך זיך צו פירן:
  • די תוספות[19] האלטן אז נאר די בעל הבית צינדט ליכט, און ער צינדט יעדן טאג מיט נאך איין ליכט מער[20] ווי די נעכטיגע[ג], און אזוי נעמט אן די שולחן ערוךשולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.}}, און אזוי פיהרן זיך די ספרדים און תימנ'ע.
  • דער רמ"א[21][ד] אז מהדרין מן המהדרין איז א שטאפל העכער די מהדרין אז סיי יעדער באזונדער פון די הויזגעזונד צינדט אליין, און סיי אז מצינדט אויפן סדר פון מוסיף והולך, און אזוי פיהרן זיך די אשכנזים.

די ברכות

פארן צינדן די ליכט בענטשט מען צוויי ברכות ווי פאלגנד:

  1. אויף די מצוה פון צינדן די ליכט: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לְהַדְלִיק נֵר שֶׁל חֲנוּכָּה[ה] / נֵר חֲנוּכָּה[ו] / שֶׁלַּחֲנוּכָּה[ז].
  2. אויף די נס וואס איז געווען: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁעָשָׂה נִסִּים לַאֲבוֹתֵינוּ, בַּיָּמִים הָהֵם בַּזְּמָן / בִּזְּמַן[ח] / וּבַזְּמַן[מקור פארלאנגט] הַזֶּה”.

דער ערשטער נאכט[28] לייגט מען אויך צו דערויף: ”בָּרוּך אַתָּה ה' אֱ-לֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְמָנוּ וְהִגִּעָנוּ לַזְּמָן[ט] / לִזְּמַן[י] הַזֶּה”.

ברכות הרואה

נישט נאר ווער ס'צינדט ליכט בענטשט דערויף, נאר אויך ווער ס'זעט די ליכט בענטשט דערויף, ווי ס'שטייט אין גמרא:

אמר רב חייא בר אשי אמר רב: המדליק נר של חנוכה צריך לברך. ורב ירמיה אמר הרואה נר של חנוכה צריך לברך.
אמר רב יהודה יום ראשון הרואה מברך ב' ומדליק מברך ג', מכאן ואילך מדליק מברך שתים ורואה מברך אחת. מאי ממעט? ממעט זמן.

סאיז פארהאן א מחלוקת צווישן די ראשונים ווען בענטשט דערויף ווער סזעט די ליכט.

  • דער רמב"ם[30] האלט אז יעדער וואס זעט חנוכה ליכט, אפילו אויב ער האט שוין אליינס אנגעצינדן, בענטשט ער דערויף[י"א].
  • רש"י[33] האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט געצינדן אליינס בענטשט אויפן זעהן [י"ב].
  • דער שולחן ערוך[35] האלט אז נאר ווער סהאט נאכנישט אנגעצינדן, און גייט שפעטער אויך נישט צינדן, און איז נישט יוצא פון א צווייטן, בענטשט דערויף.
    צוליב די כלל אז ספק ברכות להקל, פירט מען זיך אין אזא פאל ווי דער שולחן ערוך[36].

חשיבות

אין גמרא שטייט: אמר רב הונא: הרגיל בנר חנוכה, הויין ליה בנים תלמידי חכמים.[37]

דער רמב"ם דריקט זיך אויס איבער דעם מצוה: ”מצוות נר חנוכה מצווה חביבה היא עד מאד, וצריך אדם להזהר בה כדי להודיע הנס ולהוסיף בשבח הא-ל והודיה לו על הניסים שעשה לנו.”[38].

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

ווידיא

נאטיצן

  1. זעט אין באר היטב סעיף קטן ג, וואס צייכנט צו דערויף ”וזה חידוש שהספרדים נוהגים כתוספות והאשכנזים כרמב"ם, וזה לא מצינו בשאר מקומות”.
  2. אין גמרא איז פארהאן א מחלוקת פארוואס בית שמאי און בית הלל האבן אזוי געזאגט, אדער ווייל בית שמאי האלטן אז מדארף פארצייכענען נאך וויפיל טעג פון די יום טוב חנוכה זענען פארבליבן, און בית הלל האלטן אז מדארף פארצייכענען וויפיל טעג זענען שוין פארביי, אדער ווייל בית שמאי האלטן אז סאיז צוגעגליכן צו די פרי החג-די קרבנות פון יום טוב סוכות, וואס זענען געווען יעדן טאג ווינציגער מיט איינס פון די נעכטיגע, אוןבית הלל האלטן אז מעלין בקודש ולא מורידין[18]. עס זענען פארהאן וואס האלטן אז סאיז א נפק"מ להלכה וואס די טעם איז, זעט בית הלוי – סוגיות חנוכה עמוד 15 דיבור המתחיל "בגמרא חד אמר טעמא", און נאך.
  3. זיי האלטן אז מהדרין און מהדרין מן המהדרין זענען אויף די זעלבער שטאפל העכער פון נר איש וביתו, אדער יעדער איינער, אדער נאר די בעל הבית אבער מוסיף והולך.
  4. זענען פארהאן וואס לערנען אין רמב"ם[22] אז אויך ער האלט אזוי[23].
  5. די נוסח "שֶׁל חֲנוּכָּה" איז פון בני אשכנז און ווערט שוין געברענגט אזוי פון פריערדיגע[24].
  6. די נוסח נֵר חֲנוּכָּה איז פון בני ספרד, און ווערט שוין געברענגט פון אנדערע פוסקים[25].
  7. די נוסח שֶׁלַּחֲנוּכָּה איז תימנ'ער נוסח, לויט נוסח 'מכון ממרא' וואס איס אוועקגעשטעלט אויף די נוסח פון רוב כתבי יד פון תימנ'ער נוסחאות[26].
  8. דער ערוך השולחן[27] האלט אז מדארף צו זאגן בִּזְּמַן מיט א חירי"ק אונטערן ב'.
  9. ספרד'ישער און תימנ'ער נוסח.
  10. אשכנז'ישער נוסח[29].
  11. טראץ וואס אין די באקאנטע געדרוקטע נוסחאות פון רמב"ם[31] קומט אויס אז נאר אויב ער האט נאכנישט אליינס געצינדן בענטשט ער, אבער אין די אויסגוועלטע פונקטליכע דרוקן[32] שטייט נישט "ולא בירך", און ס'קומט אויס ווי ער שרייבט אין די תשובות.
  12. צו באמערקן אז דער בית יוסף[34] לערנט אין רש"י אז נאר אויב ער גייט אויך נישט צינדן שפעטער אליינס.

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה א'.
  2. 2.0 2.1 משנה, בבא קמא ו, ו.
  3. שבת כא, א.
  4. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה א'.
  5. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.
  6. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ז'.
  7. שבת כא, ב; מגילת אנטיוכוס אות ס"ח.
  8. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ב'.
  9. 9.0 9.1 שבת כג, א.
  10. אלס אשתו כגופו, אזוי האלט די רמ"א אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב', ווי די רמב"ם אין ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ג' לערנט אפ די גמרא[א].
  11. ד.ה. דער עלסטער פון שטוב.
  12. אזוי האלט דער שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב' ווערט אויך געברענגט אין משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ג'.
  13. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה ו'; טור, אורח חיים, סימן תרע"ג; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ג, סעיף א'.
  14. דרכי משה אורח חיים תרעג א אין נאמען פון מהרא"ם און ספר המנהגים, און אזוי נעמט ער אויך אן אין סימן תרעג סעיף א.
  15. כלבו סימן מד, הלכות חנוכה; משנה ברורה סימן תרע"ג סעיף קטן ד.
  16. הרב מרדכי אליהו, מאמר מרדכי לימים וחגים, פרק נח סעיף עא. אבער נאך אלס איז איילבירטן אויל בעסער ווי אנדערע אויל וואס איז אויך פאסיג אויף צו עסן.
  17. נר מצוה, עניני הדלקת הנרות.
  18. 18.0 18.1 שבת כא, ב.
  19. תוספות, שבת כא, ב, ד"ה והמהדרין מן המהדרין.
  20. ווי גע'פסק'נט ווי בית הלל.
  21. הגהות הרמ"א על שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"א, סעיף ב'.
  22. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה א'.
  23. אזוי שרייבט די ב"ח אין אורח חיים סימן תרעא סעיף קטן ג; דער באר היטב אין סימן תרעא מעיף קטן ג, אבער סאיז נישט קיין קלארער זאך, זעט אויך אין שו"ת חבל נחלתו סימן יט; בית הלוי – סוגיות חנוכה זייט 21 דיבור המתחיל אמר רבי זירא; חדושי מרן רי"ז הלוי הלכות חנוכה פרק ד הלכה א; מנחת אשר מועדים (חנוכה) זייט כט; הרב נחום אליעזר ראבינאוויטש-הדלקת נר חנוכה און נאך.
  24. שבת כג, א, משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ד', שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף א', סעיף קטן א'.
  25. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף א', פון ווילנער גאון אין ספר מעשה רב סימן רלט, בן איש חי שנה ראשונה, הלכות חנוכה, הלכה ב', קיצור שולחן ערוך ילקוט יוסף "נוסח הברכות השונות", סעיף קכג.
  26. זעט אין משנה תורה לרמב"ם, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג, הלכה ד, און שו"ת מהרש"ל, סימן פה.
  27. זעט ערוך השולחן אורח חיים תרעו סעיף ג.
  28. און אויב ער האט פארגעסן דער ערשטער נאכט קען ער בענטשן אין וועלכן טאג ער דערמאנט זיך.
  29. משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן א.
  30. תשובות הרמב"ם – סימן רכב.
  31. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ג', הלכה ד'.
  32. ווי צום ביישפיל דא.
  33. רש"י, שבת כג, א דיבור המתחיל הרואה.
  34. בסימן תרע"ו דיבור המתחיל ודווקא שאינו עתיד להדליק.
  35. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרע"ו, סעיף ג'.
  36. משנה ברורה סימן תרעו סעיף קטן ה.
  37. שבת כג, ב.
  38. משנה תורה לרמב"ם, ספר זמנים, הלכות מגילה וחנוכה, פרק ד', הלכה י"ב.