כ"א חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"א חשון איז דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער איין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
זונטאג | חיי שרה |
בשה בחה בשז בחג |
דינסטאג | חיי שרה |
גכה גכז |
מיטוואך | חיי שרה |
הכז השא החא השג |
פרייטאג | חיי שרה |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תשי"ג – געשטארבן חיים ווייצמאן, ערשטער פרעזידענט פון מדינת ישראל (געבוירן ה'תרל"ה)
געבוירן
- ה'תר"מ – לעאן טראצקי, קאמוניסטישער רעוואלוציאנער (אומגעברענגט ה'ת"ש)
- ה'תרפ"ד – מנחם אלון, א ריכטער אין בג"ץ און א תלמיד חכם (נפטר ה'תשע"ג)
- ה'תרצ"א – רבי יעקב פערלאוו, נאוואמינסקער רבי אין די פאראייניגטע שטאטן, פרעזידענט פון אגודת ישראל אין אמעריקע און פארזיצער פון איר מועצת גדולי התורה (נפטר ה'תש"פ)
- ה'תשכ"א – נחמן לייב אייזן, ארטאדאקסישער איד וועלכער האט געדינט אלס אמעריקאנער אמבאסאדאר צו טשעכיי
יארצייטן
- ה'של"ד – רבי דוד בן זמרא, דער רדב"ז, מנהיג פון אידן אין מצרים (געבוירן ה'רל"ט)
- ה'ת"ד – רבי אברהם אזולאי, ראב"ד פון חברון, מחבר פון "חסד לאברהם"
- ה'תשמ"ט – רבי בצלאל שטערן, רב אין וויען און מעלבארן, מחבר פון שו"ת "בצל החכמה" (געבוירן ה'תרע"א)
- ה'תשנ"ז – רבי יחיא הלוי אלשיך, תימנישער רב אין ירושלים (געבוירן ה'תרע"ה)
- ה'תש"ס – הרב ישראל יאקאבאוויטש, הויפט רב פון דער קאמאנוועלט (געבוירן ה'תרפ"א)
- ה'תשע"ג – משה רייכמאן, אידישער-קאנאדער מיליאנער און פילאנטראפ (געבוירן ה'תר"צ)