רבי ברוך מרדכי אזרחי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ברוך מרדכי אזרחי
רבי ברוך מרדכי אזרחי אין תשע"ט
רבי ברוך מרדכי אזרחי אין תשע"ט
געבורט יאנואר 1 1929
י"ט טבת ה'תרפ"ט
ירושלים, בריטישער מאנדאט ארץ ישראל
פטירה אקטאבער 26 2023 (אלט: 94)
י"א חשוון ה'תשפ"ד
הדסה עין כרם שפיטאל, ירושלים
כינוי זקן ראשי הישיבות
מקום קבורה הר הזיתים, ירושלים
טעטיגקייט אָרט ארץ ישראל
השתייכות ליטוואקעס
תחומי עיסוק ראש ישיבה
תפקידים נוספים מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
רבי'ס רבי מאיר חדש, רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק
בני דורו רבי חיים קאניעווסקי, רבי גרשון עדלשטיין, רבי דוב לאנדא
ספרים ברכת מרדכי אויף תורה, ש"ס און ימים טובים
ווייב שולמית אזרחי
קינדער רבי בן ציון אזרחי
חותנים רבי מאיר חדש
טעקע:92e38e97f9b96b435704.jpg
רבי ברוך מרדכי אזרחי ביי א שמועס
קלאג פלאקאט איבער די פטירה פון רבי ברוך מרדכי, פארעפנטליכט דורך טייל פון זיינע תלמידים.

רבי ברוך מרדכי אזרחי (י"ט טבת ה'תרפ"ט, יאנואר 1 1929 - י"א חשוון ה'תשפ"ד, אקטאבער 26 2023) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבת עטרת ישראל אין מודיעין עילית, פון די מנהיגים פון ליטווישן ציבור, א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און חבר נשיאות פון ועד הישיבות און פון מפעל הש"ס.

ביאגראפיע

רבי ברוך מרדכי איז געבוירן געווארן אין ביקור חולים שפיטאל אין ירושלים צו ישראל אזרחי (געטוישט פון "בירגער"), תלמיד פון סלאבאדקער ישיבה, און הינדא מלכה, טאכטער פון רבי ברוך שלאָם וועלכער האט געדינט אלס רב אין דרום אפריקע.

ער האט געלערנט אין ישיבת חברון און איז געזעצן ביי די שיעורים פון רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק אין סדר קדשים, און האט אנגעהאלטן א נאנטן ידידות מיט אים אלע יארן[1]. אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר האט ער געהייראט שולמית חדש, טאכטער פון רבי מאיר חדש, משגיח אין ישיבה. נישט לאנג דערנאך[אויסקלארונג פארלאנגט] האט ער אנגעהויבן איבערגעבן שיעורים אין ישיבה. אזוי אויך האט ער אין יענע יארן דורכאויס צוועלף יאר איבערגעגעבן א וועכנטליכע שיעור פאר די עלטערע בחורים אין ישיבת כנסת חזקיהו וואס איז אין כפר חסידים.

אום יאר ה'תשכ"ד האט ער אוועקגשטעלט די מחנה בני תורה ארגעניזאציע, דערנענטערן שוואכערע בחורים און אריינברענגען אין ליטווישע ישיבות.

אום יאר ה'תשל"ו נאך וואס זיין טאטע איז אוועק האט ער פארלאזט ישיבת חברון, און האט אליינס געפנט ישיבת עטרת ישראל, אויפן נאמען פון זיין טאטן. זיין שווער האט אויך דארט געדינט אלס משגיח.

אום כ"ו אב ה'תשע"ב איז ער צוגעלייגט געווארן צו די וועטעראנער מיטגלידער אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה צוזאם מיט נאך כאט אנדערע.

נאך די פטירה פון רבי גרשון עדלשטיין איז ער פאררענט געווארן אלס איינער פון די הויפט אנפירער פון די ליטווישע ציבור, אינאיינעם מיט רבי דוב לאנדא[2].

אום שבת פרשת פינחס ה'תשפ"ג איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און אום י"א חשוון ה'תשפ"ד איז זיין מצב פלוצים שווערער געווארן אין ער איז אוועק אין א קורצע צייט דערנאך. צוליב זיין זונס וויילן אויסלאנד איז די לוויה פארגעקומען נאר צומארגנס, און ער איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים אין חלקת ישיבת חברון.

ביידי לוויה האבן מספיד געווען רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע און פריינד זיינע לערנענדיג אינאיינעם אין ישיבת חברון, רבי בערל פאווארסקי ראש ישיבת פוניבז' אויך ער א פריינד זיינע לערנענדיג אינאיינעם אין ישיבת חברון, זיין ברודער הרב יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר, זיין איינציג זוהן און וואס האט איבערגענומען זיין פלאץ בראשות הישיבה הרב בן ציון אזרחי, און זיינע איידעמער.

פון זיינע תלמידים

און נאך אסאך באקאנטע.

משפחה מיטגליד

זיין ווייב שולמית האט צווישן אנדערע אויך געשריבן די בוך המשגיח - הגביע שעלה על גדותיו איבער איר פאטער רבי מאיר חדש, און זה האיש איבער דער חפץ חיים, און די בוך אשירה איבער איר אייגענעם לעבנס גשיכטע[4].

זיי האבן געהאט איין זוהן און פיר טעכטער:

  • זיין זוהן הרב בן ציון, וואס האט איבער גענומען זיין פלאץ אין הויפט פון ישיבה.
  • זיין איידעם חתנו הרב יהושע קאנאל, משגיח אין ישיבת עטרת ישראל לצעירים.
  • זיין איידעם הרב ישעיהו הדר גלאזמן, מגיד שיעור אין ישיבה גדולה עטרת ישראל.
  • זיין איידעם הרב אהרון וויינער, רב פון קריית היובל געגנט אין ירושלים.
  • זיין איידעם הרב אריאל ווילאנסקי, ראש ישיבת אש התלמוד אין הר נוף געגנט אין ירושלים.

זיין ברודער הרב יצחק אזרחי איז פון ראשי הישיבה אין מירער ישיבה.

זיינע ספרים

  • ברכת מרדכי - על התורה
  • ברכת מרדכי - על הש"ס
  • ברכת מרדכי - על המועדים
  • ברכת מרדכי - על משמרת חיים.

אילן יוחסין

 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי נפתלי מנחם הוטנער
 
 
 
קריינע הוטנער
 
רבי משה מרדכי אפשטיין
ראש ישיבת חברון
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי דוד חדש
ר"מ בישיבת הישוב
 
רבי מאיר חדש
משגיח ישיבת חברון
 
 
 
צביה חדש
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אהרן חדש
משגיח ישיבת מיר
 
רבי משה מרדכי חדש
ראש ישיבת אור אלחנן
 
הרב נפתלי חדש
משגיח ישיבת אור אלחנן
 
הרב יוסף חדש
 
שולמית אזרחי
 
רבי ברוך מרדכי אזרחי
ראש ישיבת עטרת ישראל
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
רבי אפרים חדש
משגיח אין ישיבת מיר
 
רבי חיים אריה חדש
ראש ישיבת אור אלחנן


דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ער האט אים אלע יארן אנגערופן "מורי ורבי", און פלעגט אויך אים גיין באזוכן דורכאויס פופציג יאר יעדן יום טוב.
  2. אין שאטן פון טרויער: די געמיינזאמע פירערשאפט פונעם ליטווישן ציבור.
  3. אייניקל פון רבי משה חברוני.
  4. אשירה-קולמוס הוצאה לאור.


קטגוריה:ראשי ישיבה ליטאים בישראל קטגוריה:בוגרי ישיבת חברון כנסת ישראל קטגוריה:בית וגן: רבנים קטגוריה:חברי מועצת גדולי התורה של דגל התורה קטגוריה:חברי נשיאות ועד הישיבות קטגוריה:חברי נשיאות מפעל הש"ס קטגוריה:משפחת חדש

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער