רוי:יוסי בן יוחנן איש ירושלים

פון המכלול
ווערסיע פון 08:21, 24 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יוסי בן יוחנן איש ירושלים, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פיר מאל אין משניות.

זיין צייט

יוסי בן יוחנן איש ירושלים איז געווען פון ערשטן דור זוגות,[1] פון דריטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה,[2]

ערשטער זוג

יוסי בן יוחנן איש ירושלים איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין און יוסי בן יועזר איש צרדה איז געווען דער נשיא. צווישן זיי איז פארגעקומען דער ערשטער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יוסי בן יועזר איש צרדה האט געהאלטן אז נישט, און יוסי בן יוחנן איש ירושלים האט געהאלטן אז יא.[3]

איבער אים

די משנה שרייבט ווען יוסי בן יועזר און יוסי בן יוחנן זענען נפטר געווארן, איז "בטלו האשכולות", ערקלערט רש"י: א מאן וואס פארמאגט אין זיך אלעס, תורה, יראת חטא, און גמילות חסדים.[4]

אין משניות

  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', יוסי בן יועזר אומר, שלא לסמוך, יוסי בן יוחנן אומר, לסמוך, וכו'
  • מסכת סוטה פרק ט' משנה ט', משמת יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים, בטלו האשכולות, וכו'
  • מסכת אבות פרק א' משנה ד', יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים קבלו מהם, וכו'
  • מסכת אבות פרק א' משנה ה', ויוסי בן יוחנן איש ירושלים אומר, יהי ביתך פתוח לרוחה, ויהיו עניים בני ביתך, ואל תרבה שיחה וכו'

זעט אויך

רשימה:תנאים

רעפרענצען

  1. אבות פ"א מ"ד
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. חגיגה ט"ז ע"א
  4. סוטה פ"ט מ"ט



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!