רוי:יוסי בן יועזר איש צרדה
יוסי בן יועזר איש צרדה, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט זעקס מאל אין משניות.
זיין צייט
יוסי בן יועזר איש צרדה איז געווען פון ערשטן דור זוגות,[1] פון דריטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה,[2]
ערשטער זוג
יוסי בן יועזר איש צרדה איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און יוסי בן יוחנן איש ירושלים איז געווען דער אב בית דין. צווישן זיי איז פארגעקומען דער ערשטער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יוסי בן יועזר איש צרדה האט געהאלטן אז נישט, און יוסי בן יוחנן איש ירושלים האט געהאלטן אז יא.[3]
איבער אים
יוסי בן יועזר איש צרדה איז געווען א כהן, אין דער משנה ריפט אים "חסיד שבכהונה".[4]
די משנה שרייבט ווען יוסי בן יועזר און יוסי בן יוחנן זענען נפטר געווארן, איז "בטלו האשכולות", ערקלערט רש"י: א מאן וואס פארמאגט אין זיך אלעס, תורה, יראת חטא, און גמילות חסדים.[5]
אין משניות
- מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', יוסי בן יועזר אומר, שלא לסמוך, יוסי בן יוחנן אומר, לסמוך, וכו'
- מסכת חגיגה פרק ב' משנה ז', יוסי בן יועזר היה חסיד שבכהנה, והיתה מטפחתו מדרס לקדש, וכו'
- מסכת סוטה פרק ט' משנה ט', משמת יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים, בטלו האשכולות, וכו'
- מסכת עדיות פרק ח' משנה ד', העיד רבי יוסי בן יועזר איש צרדה, על איל קמצא, דכי, ועל משקא בית מדבחיא, דכיא, וכו'
- מסכת אבות פרק א' משנה ד', יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים קבלו מהם, יוסי בן יועזר אומר יהי ביתך בית ועד לחכמים, והוי מתאבק בעפר רגליהם, והוי שותה בצמא את דבריהם
אין דער גמרא
- יוסי בן יועזר היה לו בן וכו' בבא בתרא קלג ע"ב
זעט אויך
רעפרענצען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!