פרשת לך לך

פון המכלול
ווערסיע פון 15:24, 28 סעפטעמבער 2023 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט שאפונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg לך לך Arrow l.svg
פסוקים בראשית יב, א - יז, כז
צאל פסוקים 126
צאל ווערטער 1686
אינהאלט אברם גייט קיין ארץ כנען, א הונגער ברענגט אים קיין מצרים, מלחמת המלכים, ברית בין הבתרים, הגר געבוירט ישמעאל, ברית מילה
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (1)  לא תעשה (0)
מצוות מילה
הפטורה
ספרדים און אשכנזים ישעיהו מ, כז - מא, טז
תימנים און איטאליענער ישעיהו מ, כה - מא, יז
ראָמאַניאָטן יהושע כד, ג–כג

פרשת לֶךְ-לְךָ איז די דריטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון בראשית יב, א, ביז קאַפּיטל י"ז, פסוק כ"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.

די פרשה הייסט "לך לך" אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן צו אברם ארויסצוגיין פון זיין געבורטס-ארט און זיך ציען צום לאנד כנען. די פרשה שילדערט די ערשטע טייל פון אברהם אבינו'ס לעבנס געשיכטע; לויט'ן באפעל פונעם אויבערשטן פארלאזט ער חרן און באזעצט זיך אין צוגעזאגטן לאנד כנען, צוליב'ן הונגער איז ער געצווינגען צוויי מאל אראפצוגיין פון דארט קיין מצרים און פלישתים; די קרוגעריי און צעטיילונג פון אברהם און זיין פלימעניק לוט, און ראטעוועט אים שפעטער ביי די מלחמה פון די פיר קעניגן קעגן די פינף. הָ‏גָר‏ ווערט פארטריבן און געבוירט ישמעאל. דער באשעפער שניידט די ברית בין הבתרים מיט אברהם און באפעלט אים צו מל'ן זיך און זיין הויזגעזונד.

פרשת לך לך ווערט געליינט צווישן ח' און י"ג חשון.

פרשה אינהאלט

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינטיגע צייטן באפוילענע
ברית מילה הִמּוֹל לָכֶם כָּל זָכָר[1] יא מענער: דער טאטע, בית דין, דער מענטש

יעדע אידישע זכר אדער עבד כנעני דארף ווערן גע'מל'ט, אזוי אויך גרים ווען זיי קומען זיך מגייר זיין. דער טאטע איז מחוייב צו מל'ן זיין זון ביי אכט טאג, אויב ווערט עס נישט געטון דורכ'ן טאטן איז בית דין מחויב, און דאן ווען דער מענטש ווערט 13 און מחויב מיט מצות ווער ער זעבלסט באאויפטראגט דערמיט[2].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו. די ספרדים און אשכנזים פון קאַפּיטל מ', פסוק כ"ז ביז קאַפּיטל מ"א, פסוק ט"ז, די תימנים און איטאליענער פון קאַפּיטל מ', פסוק כ"ה ביז פסוק י"ז.

אין די הפטורה ווענדט זיך דער נביא צו די אידן און הייבט ארויס, ”וְאַתָּה יִשְׂרָאֵל עַבְדִּי יַעֲקֹב אֲשֶׁר בְּחַרְתִּיךָ זֶרַע אַבְרָהָם אֹהֲבִי. אֲשֶׁר הֶחֱזַקְתִּיךָ מִקְצוֹת הָאָרֶץ וּמֵאֲצִילֶיהָ קְרָאתִיךָ וָאֹמַר לְךָ עַבְדִּי אַתָּה בְּחַרְתִּיךָ וְלֹא מְאַסְתִּיךָ” (ישעיהו מא, ח–ט).

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ספר יהושע פון קאַפּיטל כ"ד, פסוקים ג'–כ"ג, וואס הייבט זיך אן "ואקח את אביכם את אברהם מעבר הנהר ואולך אותו בכל ארץ כנען".

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו, בית חב"ד, אתר פרשת השבוע ] פעלן
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת לך לך", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן