רוי:דענמארק

פון המכלול
ווערסיע פון 13:06, 5 סעפטעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אייראפעיש" ב־"אייראפעאיש")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קעניגרייך פון דענמארק
פאן דענמארק
סימבאָל דענמארק
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון דענמארק
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך דעניש
הויפּטשטאָט קאפנהאגן
רעגירונג
מלכה
פּרעמיער מיניסטער
מארגארעטע
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
43,094 קוואַדראַט ק"מ
133סט
1.53%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

5,543,453 (2011)
109
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $206.8 ביליאן[1]‏ (2011) (49סט)
וואַלוטע דענישע קראנע DKK
צייט זאָנע UTC+1
אינטערנעט דאָמען dk.
טעלעפאָן קאָד 45+

דאס דענמאַרק (דעניש: Danmark) איז אַ סקאנדינאוויש לאַנד אין צפון־אייראָפּע. זיין הויפּטשטאָט איז קאָפּנהאַגן. דענמארק ליגט ביים צפון ים און ביים באלטישן ים; צו דרום האט עס א גרעניץ מיט דייטשלאנד.

געאגראפיע

מאפע פון דענמארק

דענמארק איז דאס קלענסטע פון די סקאנדינאווישע לענדער. די ארומיגע לענדער זענען דייטשלאנד (צו דרום), שוועדן (צו מזרח), נארוועגיע (צו צפון) און דאס פאראייניגטע קעניגרייך (צו מערב). דאס לאנד איז אינגאנצן ארומגענומען מיטן ים אחוץ דעם האלבאינזל יוטלאנד, דער גרעסטער טייל פון דענמארק, וואס האט א לאנד גרעניץ מיט דייטשלאנד. צו דרום-מזרח איז דער באלטישער ים, צו מערב דער צפון ים, צו צפון דער סקאגעראק און צו צפון-מזרח דער קאטעגאט.

אחוץ יוטלאנד האט דענמארק 76 באפעלקערטע אינזלען און אסאך קליינע אינזלען.

דאס לאנד איז גאנץ פלאך, מיט קליינע בערגלעך, אזערעס, וועלדער און פאַרמען.

קלימאט

דאס וועטער אין דענמארק איז גאנץ ווינטיק און רעגנדיק. אין ווינטער, ווערט עס נישט זייער קאלט, און עס שנייט נישט מער ווי א פאר וואכן. עס מאכט זיך אמאל צו צען יאר א קאלטער ווינטער ווען דער ים ווערט פארפרוירן. די זומערן זענען נישט הייס, און שטענדיג איז דא א מעגליכקייט פון רעגן אדער ווינט.

עקאנאמיע

דער עקאנאמישער מארק אין דענמארק איז שטארק אנטוויקלט מיט א גאנץ אנטוויקלטער לאנדווירטשאפט, אינדוסטריע, סטאבילער וואלוטע, א גרויסן פראצענט פון אויסערן האנדל, דורך ווייניג אריינמישן פון דער רעגירונג.

דער עיקר עקספארט פון דענמארק איז עסן, מאשינען, מעדיקאמענטן און ענערגיע צו לענדער אינעם אייראפעאישן פארבאנד (איבערהויפט שוועדן, דייטשלאנד און דאס פאראייניגטע קעניגרייך.


דער דורכשניט לוין פאר אן ארבעטער אין 2004 איז געווען 300,000 דענישע קראנען א יאר (40,000 איירא).

אין א רעפערענדום אין סעפטעמבער 2000, האט דענמארק באשלאסן נישט אריינגיין אין דער איירא, נאר צו בלייבן מיט דער דענישער קראנע.

דענמארק איז פון די מערסטע אנטוויקלטע לענדער אין דער וועלט אין דערנייבארער ענערגיע. 20% פון דער ענערגיע אין לאנד ווערט פארזארגט דורך ווינט טורבינעס.

קולטור

דער מערסטער באוואוסטער דענישער שרייבער איז האנס קריסטיאן אנדערסען, בארימט פאר זיינע מעשה'לך. די באוואוסטע דענישע וויסנשאפטלער זענען דער אסטראנאם טיכא בראהע, און די פיזיקער ניעלס באהר (וואס האט ערקלערט ווי דער אטאם ארבעט) און אלע רעמער (וואס האט אויפגעדעקט די גיך פון ליכט).

רעפערענצן

  1. דענמארק, קורץ שילדערונג און סטאטיסטיק אויף דער פאַקט־בוך אויף לענדער פון די CIA (ענגליש)


Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!