רוי:סקאנדינאוויע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סאטעליט בילד פון סקאַנדינאַוויע, פעברואר 2003

סקאַנדינאַוויע איז א קולטורעלע גרופע פון לענדער אין צפון אייראפע, וואס שליסט איין נארוועגיע, שוועדן און דענמארק. "סקאַנדינאַוויע" איז מער א לינגוויסטישער טערמין ווי געאגראפיש, און באדייט די טעריטאריע וואו מען רעדט די סקאנדינאווישע שפראכן (ד"ה די צפון גערמאנישע שפראכן). די פארשידענע סקאנדינאווישע שפראכן (שוועדיש, נארוועגיש, דעניש, איסלאנדיש און פאַראעזיש) זענען גאנץ ענליך מיט אנאנד, און פיל סקאנדינאווער קענען פארשטיין די אנדערע שפראכן, אבער נישט גרינג.  

געאגראפיע

דער סקאנדינאווישער האלבאינזל איז א גרויסער האלבאינזל וואס ציט זיך מערב פון צפון־אייראפע איבערן צפון טייל פונעם באלטישן ים. נארוועגיע, שוועדן און טייל פון פינלאנד זענען אויפן האלבאינזל; אבער פינלאנד ווערט נישט גערעכנט א טייל פון סקאנדינאוויע, ווייל פיניש איז נישט קיין סקאנדינאווישע שפראך.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!