פעברואר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

►► ◄◄ פעברואר

א ב ג ד ה ו ש
1 2 3
4 5 6 7 8 9 10
11 12 13 14 15 16 17
18 19 20 21 22 23 24
25 26 27 28 29
קאלענדאר פאר 2024

פעברואר איז דער צווייטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן, און דער ערשטער פון פינף מאנאטן וועלכע פארמאגן ווייניגער ווי 31 טעג, האבנדיג 28 טעג אין געווענליכע יארן און 29 אין עיבור יארן. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער פאריגער יוני; אין געווענליכע יארן איז עס אויך דער טאג אין וואך ווען די קומענדיגע מערץ און נאוועמבער וועלן זיך אנהייבן, און אין עיבור יארן איז עס דער טאג אין וואך ווען דער קומענדיגער אויגוסט וועט זיך אנהייבן.

פעברואר איז דער דריטער און לעצטער מאנאט פון מעטעאראלאגישער ווינטער אין דער צפון האלבקיילעך, און פון מעטעאראלאגישער זומער אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז גלייך צו אויגוסט אין דער צפון האלבקיילעך.

אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל דלי, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל דגים[א].

היסטאריע

די רוימער האבן גערופן דעם מאנאט Februarius, פון לאטייניש februum, נאך א ריטואלע פעסטיוואל אפגעראכטן אין דעם מאנאט.

פעברואר האט אינגאנצן נישט עקזיסטירט אין דער עלטסטער רוימישער קאלענדער, וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר פאר א סך הכל פון 304 טעג. נאך דעצעמבער איז געווען א צייט-אפשניט פון ארום צוויי מאנאטן וועלכע האט נישט געהערט צו קיין שום יאר, אויספאלנדיג אינמיטן ווינטער ווען די פעלדער שטייען וויסט און אגריקולטורעלע פונקציעס קענען נישט ווערן אויסגעפירט. דער צווייטער קעניג פון רוים, נומא פאפיליוס, האט אנגעבליך באשטימט די טעג פאר די מאנאטן יאנואר און פעברואר, וועלכע זענען געשטעלט געווארן (דורך אים אדער הונדערטער יארן שפעטער[2]) אנצוהייבן דעם יאר. פעברואר איז געווען דער איינציגסטער מאנאט אין דעם קאלענדאר מיט א גלייכע צאל פון טעג, 28. צייטנווייז פלעגט דער מאנאט פארמאגן נאר 23 אדער 24 טעג, מיט א איבריגע מאנאט פון 27 טעג צוגעלייגט דערנאך, אויסצוגלייכן דעם יאר מיט די סעזאנען.

דורכאויס די רעפארמען וועלכע האבן אוועקגעשטעלט דעם יוליאנישן קאלענדאר, איז דער איבריגער מאנאט אפגעשאפן געווארן, און עיבור יארן זענען באשטימט געווארן כסדר אויף יעדע פערטע יאר, ווען פעברואר פארמאגט 29 טעג אנשטאט די געווענליכע 28. דער גרעגאריאנישער קאלענדאר האט אויסגעבעסערט דעם כלל: דער פערטער יאר ווערט נישט באשטימט אלס עיבור יאר אויב איז עס אויך א הונדערטסטער יאר (צב"ש 1900), חוץ אויב איז עס אויך א 400'סטער יאר (צב"ש 2000) וואס דאן איז עס יא אן עיבור יאר.

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  2. Forsythe, Gary (2012). Time in Roman Religion: One Thousand Years of Religious History. Routledge. p. 14. ISBN 978-0-415-52217-5.


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען