בן בג בג

פון המכלול
ווערסיע פון 05:30, 18 יוני 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט, קאטעגאריע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בן בג בג
געבורט ג'ת"ש יארן
בני דורו בן הא הא, הלל הזקן

רבי יוחנן בֶּן בַּג בַּג איז געווען א תנא אין די תקופה פון די זוגות, אינעם דור פון דער ערשטער רבי יהודה בן בתירא, מיט וועלכער ער פלעגט אויסטוישן שריפטליכע דיסקוסיעס אין הלכה[1]. די ביידע האבן, לויט דער רמב"ם, געלעבט אין דער צייט פון הלל הזקן, נאך פאר'ן חורבן הבית[2].

בן בג בג'ס פערזענליכער נאמען איז געווען יוחנן[1], אבער כמעט שטענדיג ווערט ער גערופן בלויז בן בג בג.

זיין מימרא אין פרקי אבות ווערט דערמאנט גלייך פאר בן הא הא'ס. עס זענען דא וואס האלטן אז בן בג בג און בן הא הא זענען דער זעלבער מאן[3][4].

לויט תוספות, זענען בן בג בג און בן הא הא געווען גרים, און זייערע נעמען זענען מרמז דערויף. דער ווארט "בג" איז גימטריא ה', – וואס דאס איז דער אות וואס איז צוגעלייגט געווארן צו די נעמען פון אברהם און שרה (אויך איז "אברהם" פינף אותיות[5]) – די ערשטע גרים, וואס אלע גרים זענען ווי זייערע זין[6][7]; אדער איז בג בג ראשי תיבות פון "בן גר, בן גיורת", דהיינו בן אברהם ושרה[3]. אנדערע זאגן אז די צונעמען האט מען זיי געגעבן זיי צו באהאלטן פון מלשינים צו די רוימישע אימפעריע וואס פלעגט נאכיאגן גרים[8]. ווידער דער תוספות יום טוב שרייבט אז מען האט זיי נישט גערופן ביים נאמען וויבאלד זיי האבן נישט מאריך ימים און זענען נישט געווארן מוסמך להוראה, אזוי ווי מען טרעפט ביי בן עזאי[7].

אין נאמען פון בן בג בג ווערט געברענגט אין פרקי אבות דער מימרא אין אראמיש:

הֲפךְ בָּהּ וַהֲפךְ בָּהּ, דְּכֹלָּא בָהּ. וּבָהּ תֶּחֱזֵי, וְסִיב וּבְלֵה בָהּ, וּמִנָּהּ לֹא תזוּעַ, שֶׁאֵין לְךָ מִדָּה טוֹבָה הֵימֶנָּה

פּילעווע און באשעפטיג זיך אין תורה נאך און נאך, ווייל אלע וועלט חכמות זענען אין איר. דורכ'ן לערנען תורה וועסטו קענען זען דעם אמת, בלייב עוסק זיין אין תורה דיין גאנץ לעבן, ביז דער עלטער, און ריק דיך נישט אוועק פון לימוד התורה צו לערנען אנדערע חכמות, ווייל דו האסט נישט נאך א זאך אויף דער וועלט וואס פארמעסט זיך מיט די ווערט פון תורה.

אויסער דעם ווערן געברענגט אין גמרא פארשידענע הלכות אין זיין נאמען[9].

רעפערענצן