נאר איך. איז א באניצער וואס זעט נאר זיך
אזוי איך בין פויל צו איבערטייטשן מיין בלאט אין המכלול אויף העבריעש, וועל איך אריבערברענגען די גאנצע, ווער עס האט נישט וואס צו טון קען איבערטייטשן און איך וועל אים זייער דאנקבאר זיין.
- נאר איך איז זייער א פוילע ישות. ווען ער שרייב שוין עפעס אין המכלול איז ער 'זיכער' אז ער איז גערעכט, און קען נישט מודה זיין קיינמאל אופן אמת (אויב עס איז אמת..).
- נאר איך איז א ישות וואס איז זיך 'משתדל' צו מקיים זיין רצון ה'. און איינע פון די וועגן איז פארעכטן אין המכלול וואס ער האלט אז רצון השם איז אנדערש ווי עס שטייט.
- דער ישות- נאר איך. - בעט מחילה פון ווער עס איז געשטעפעט געווארן פון אים - כתוצאה פון זיינע שרייבונגען אין המכלול. (אפילו וואס ווי געשריבן איז ער גאנץ א פוילער - און די תוצאה איז אז ער שרייבט גאנץ ווייניג).
- פארן - ישות נאר איך. - איז קיים א לאך אין כללים פון דקדוק - (זעט אויס כתוצאה פון די דמיונות און חלומות וואס ער האט געטראכט בשעת די שיעורים אין חדר,) און עם כל זאת פארעכט ער פון מאל צו מאל לשונות וואס זעט אים אויס נישט גוט,- און דערפאר פארשטייט ער די וואס פארעכטן דאס צריק.
- נאר איך הוא ישות האוהב מאוד היסטורי'ה הן של יהדות והן להבדיל אלפי הבדלות של כל העולם הוא מאמין מאוד שיש לקדם את היסטורית היהדות הרבה יותר לשאר וכמובן שאם לאיזה תחקירן לא מוצא חן מסורת היהדות אין הוא ראוי כלל להתיחסות שלנו וכל שכן שאין להביאו ברבים בה-מכלול היהודי שלנו.
- הישות- נאר איך. מאוד מעריך את ממציאי המכלול ובכללם גם מעריך את כל עורכי המכלול על אף שאין בר בלא תבן.
- הישות - נאר איך האלט נישט אויס די וואס שרייבן דעות קיצוניות, בפרט ביי איידעלע נושאים, ווייל דער ישות האלט אז יעדער חרד'ישער איד דארף טרעפן זיין פלאץ אין מכלול און נישט קעגן זיין מהלך החיים וכדומה. חוץ פון דעם האלט ער אז די אחדות פון כלל ישראל ווערט זייער געשטערט פון דעם וואס מען דינגט זיך אזעלכע נושאים ווען עס פעלט נישט אויס.
- דער ישות נאר איך האט ליב יעדער איד וואס איז א חלק אלוק ממעל. אבער ער מוטשעט זיך צו פארשטיין די וואס האבן ליב אפיקורסים. און האבן פיינט עובדי השם וואס שטומען נישט מיט זייער מיינונג. ?
- הישות נאר איך איז א שותף צום רצון פון אפאר מכלולאים ווואס ווילן עס זאל זיין המכלול אין אידיש אזוי ער האט געזען אין די באניץ בלעטער אין המכלול אויף העברעיש ביי די בלעטער פון: - משתמש:נאר אמונה. ומשתמש:תכליתי. ומשתמש:שלש שבועות. ומשתמש:זלמן ס. ומשתמש:מצב רוח. ומשתמש:צמא לדעת. ומשתמש:קנאפער ידען. ומשתמש:תנא קמא. ומשתמש:אחד יחיד. עס קען זיין אז עס איז דא נאך וואס איך האב נאכנישט געזען.
- דער ישות נאר איך באקומט זייער אסאך אדיקטעט צום מכלול און זייער תשובה נאכדעם - פארן בטל'ענען צייט.
- דער ישות נאר איך האט ביז-דערוויל געמאכט די בלעטער -דרך מצותיך. תורה אור און לקוטי תורה. ליקוטי אמרים תניא. און באַניצער:נאר איך/סידור הרב - בעל התניא..
- דער שות נאר איך פארשטייט נישט ווי אזוי קען זיין אז עס איז דא אין המכלול באניצער'ס וואס חתמ'ענען נישט מיטן אידישן דאטום, ער ווארט שוין אויס ווען וועלן שוין אלע חתמענען מיטן אידישן דאטום.