רוי:בארג סיני
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
הַר סִינָי איז די בארג וואס אויף איר די תורה געגעבן געווארן פאר די אידן. די ארט ווי די בארג געפונט זיך איז קאָנטראָווערסיאַל.
מדבר סיני
דער "מדבר סיני" וואס דערין געפונט זיך די בארג סיני איז אויף צפון פון די היסטארישע מצרים, און אויסער די דרום'דיגע גרעניצן פון ארץ ישראל.
אין צייט פון תנ"ך איז יענער גאנצער געגנט געווען בלויז א ליידיגער מדבר און עס איז נישט געווען אונטערן קאנטראל פון קיין שום לאנד, היינט איז דער נאמען סיני אויסגעשפרייט געווארן אויפן גאנצן ראיאן, וואס ווערט גערופן דער 'סיני האלב-אינזל'. דער ראיאן געפונט זיך אין די געגנט צווישן דעם מיטלענדישן ים (צו צפון), דעם נגב צו צפון־מזרח, דעם גאַלף פון אילת צו דרום־מזרח, דעם גאַלף פון סואץ און דער סואץ קאנאל צו מערב. די שטח איז נאנט צו 61 טויזנט קילאָמעטערס.
אין תורה[1] איז פאר צייכנט בארג סיני צו זיך געפונען צווישן די מדבריות צין און פארן, ווי אויך צווישן לאנד עמלק און לאנד מדין. דער אָרט פון די צוויי מדבריות און די שייכות צווישן זיי איז נישט באקאנט אין אַזאַ אַ וועג אַז עס איז מעגליך צו באַשטימען זייער פּונקטליכן אָרט, כאטש אז אין תנ"ך איז מער קלאר א פארצייכנטער ארט[2], אזוי אויך די פונקטליכער ארט פון בארג סיני דארט אין מדבר, איז נישט באקאנט אויף פונקטליך, ווי פאלגנד.
די גמרא[3] זאגט: ”אמר ר' יוסי בר' חנינא, ה' שמות יש לו, מדבר צין, שנצטוו ישראל עליו, מדבר קדש, שנתקדשו ישראל עליו, מדבר קדמות, שנתנה קדומה עליו, מדבר פארן, שפרו ורבו עליה ישראל, מדבר סיני, שירדה שנאה לעכו"ם עליו”[א].
די נאמען
אויף די נאמען פונעם מדבר "סיני" שטייט אין גמרא:”מאי הר סיני הר שירדה שנאה לעכו"ם עליו[4]”.
די בארג "סיני" וואס ווערט אויך אנגערופן "חורב"שבת פט, ב.}} ”ולמה נקרא הר חורב, שירדה חורבה לעכו"ם עליו”.
בארג סיני אין תנ"ך
דער באשעפער האט זיך דארט באוויזן פאר משה רבינו "מתוך הסנה", מיט'ן באפעל צוריקצוגיין קיין מצרים, און גיין אויסלייזן די אידן פון דארט[5].
אויפן וועג ארויס פון מצרים גלייך נאכן זיין אין רפידים זענען די אידן אנגעקומען קיין מדבר סיני, ווי ס'שטייט:”בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי לְצֵאת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם בַּיּוֹם הַזֶּה בָּאוּ מִדְבַּר סִינָי, וַיִּסְעוּ מֵרְפִידִים וַיָּבֹאוּ מִדְבַּר סִינַי וַיַּחֲנוּ בַּמִּדְבָּר וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר”. דורכאויס זייער זיך אויפהאלטן נעבן בארג, איז אפגעשפילט געווארן דער מעמד הר סיני ווי די תורה איז געגעבן געווארן פאר די אידן, און זיי זענען געווארן אויפגענומען אלס דער פאלק פון גאט
דערנאך איז דארט אויך אפגעשפילט געווארן די חטא העגל[6].
שפעטער איז דארט געבויט געווארן די משכן, און דארט זסענען אויך אוועק נדב ואביהוא ווי ס'שטייט[7]:”וַיָּמָת נָדָב וַאֲבִיהוּא לִפְנֵי יְהוָה בְּהַקְרִבָם אֵשׁ זָרָה לִפְנֵי יְהוָה בְּמִדְבַּר סִינַי”.
א יאר דערנאך האט דער באשעפער דארט באפעלט אויף פסח דורות, און שפעטער אויך אויף פסח שני[8].
דארט איז דארט משה רבינו באפוילן געווארן צו ציילן די אידן[9]:”וַיְדַבֵּר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה בְּמִדְבַּר סִינַי בְּאֹהֶל מוֹעֵד בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי בַּשָּׁנָה הַשֵּׁנִית לְצֵאתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לֵאמֹר. ב שְׂאוּ אֶת רֹאשׁ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְמִשְׁפְּחֹתָם לְבֵית אֲבֹתָם בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת כָּל זָכָר לְגֻלְגְּלֹתָם”.
בארג סיני אין חז"ל
”הקב"ה הניח כל הרים וגבעות והשרה שכינתו על הר סיני ולא גבה הר סיני למעלה, אמר רבי יוסף לעולם ילמד אדם מדעת קונו שהרי הקב"ה הניח כל הרים וגבעות והשרה שכינתו על הר סיני”[10].
אמר רבה בר בר חנה[11]:”זימנא חדא הוה קא אזלינן במדברא ואיתלוי בהדן ההוא טייעא... אמר לי: תא אחוי לך הר סיני. אזלי, חזאי דהדרא ליה עקרבא וקיימא כי חמרי חוורתי. שמעתי בת קול שאומרת: אוי לי שנשבעתי, ועכשיו שנשבעתי מי מפר לי? כי אתאי לקמיה דרבנן, אמרו לי: כל אבא חמרא, כל בר בר חנה סיכסא; היה לך לומר: מופר לך! והוא סבר: דלמא שבועתא דמבול הוא. ורבנן - א"כ, 'אוי לי' למה?”.
אמר רבי יהושע בן לוי[12]:”בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת: "אוי להם לבריות מעלבונה של תורה"”.
אמר רבי פנחס בשם רבי ראובן[13]:”עתיד הקב״ה להביא סיני ותבור וכרמל וחרמון ולבנות ביהמ״ק עליהם”.
אָרט פון בארג סיני
דזשאבעל מוסא
דאס אז דזשאבעל מוסא איז בארג סיני איז א קריסטליכע מסורה, וואס ערצייגט אז מלכה הלנה מאמע פונעם קייסער קאנסטאנטין דער גרויסער האט ערקלערט דאס ארט אלס דעם בארג סיני. אום ד'רפ"ז האט דער ערשטער יוסטיניאנוס קייסער געבויט אויפן פלאץ די קלויסטער סאַנטאַ קאַטערינאַ.
ס'איז פארהאן דארט אלס טייל פון דעם בארג-קייט, א נידעריק און באַוואוסט שטיין פעלדז, וואס איז באקאנט מיט'ן נאמען 'ראס סופסאפא', וואס עס איז פארהאן וואס דערקענען דאס אלס דעם בארג סיני. אבער אסאך ארכיאלאגן זענען נישט מסכים דערמיט אז דאס איז טאקע די בארג סיני, און זאגן אז ס'קען אזוי זיין אנדערע בערג דארט אין געגנט.
כאַרקום באַרג
כאַרקום באַרג (אויף אראביש: דזשאבעל עידיד) איז א בארג אין די דרום זייט אין ארץ ישראל ביים נגב. אין די געגנט זענען פארהאן אומגעווענליכע קאַנסאַנטריישאַנז פון ארכיאלאגי'שע פראדוקטן, און שטיין קונסט'ן. די בארג איז געווען א אנגענומען ביי די ארטיגע באפעלקערונג אין דער תקופה פון נאך דעם מבול אלס הייליגע בארג, אסאך מענטשן האבן געבויט זייערע וואוינונגען צופוס'נס פונעם בארג, און טייל זענען ארויף אויפן הייך צו מאכן די רעליגיעזע עבודה. אויך איז די געדיכטקייט פון די באזעצטע ערטער העכער ווי אין סיי וועלכע אנדערע געגנט וואס מען האט ביז יעצט געפארשט אין די נגב און סיני, טראץ די שיטער'ע וואסער דארט אין געגנט.
דער ארכיאלאג עמנואל ענתי האט פארגעשלאגן איינצוזעהן אין כאַרקום באַרג דאס בארג סיני, א פארשלאג וואס איז נישט אנגענומען געווארן אויף מערהייט פון פארשער.
סארביט אל-חאדאם
סארביט אל-חאדאם איז א ברייט'ן ארכיאלאג'ישע געגנט וואס געפונט זיך אין מערב סיני, מיט גאר לאנגע יארן צוריק האט דאס באדינט אלס פירמע ווי מ'האט ארויסגעגראבן טערקוויז שטיינער פאר די מצרי'שע מלכות.
דאקטאר צבי אילן האט פארגעשלאגן איינצוזעהן אין סארביט אל-חאדאם דאס בארג סיני, א פארשלאג וואס איז נישט אנגענומען געווארן אויף מערהייט פון פארשער.
דזשאבעל אל-לווז
דזשאבעל אל-לווז געפינט זיך אין סאודי אראביע וואס איז די פארצייטישע מדין. איז פארהאן א טעאָריע אז די אידן זענען אריבער אין סיני ביז צו נווועיבאַ אדער צו שאראם-א-שייך', דארט זענען זיי אריבער דעם ים סוף, אוןזענען צוגעגאנגען צו דערנעבנדיגן דזשאבעל אל-לווז און דארט באקומען די תורה.
די טעאריע איז נישט אנגענומען געווארן ביי פארשער, צוליב דעם וואס ס'איז קיינמאל נישט באפעסטיגט געווארן מיט באווייזונגען, אזוי אויך זענען פארהאן אפאר אנדערע שוועריגקייטן איבער די טעאריע אז בארג סיני איז אין מדין געגנט, ווי פאלגנד:
- די ווייטקייט צווישן גושן און מדין איז בערך 450 קילאמעטער, וואס שטימט נישט צו דעם וואס עס שטייט אין תורה איבער די נאנטקייט פון בארג סיני צו מצרים.
- ווען משה בעט פון חובב בן רעואל המדיני, ער זאָל זיך מיטטיילן מיט זייער רייזע אין מדבר, זאגט זיך חובב אפ, זאגנדיג:”וַיֹּאמֶר אֵלָיו, לֹא אֵלֵךְ: כִּי אִם-אֶל-אַרְצִי וְאֶל-מוֹלַדְתִּי, אֵלֵךְ”, און אויב ווי פארגעשלאגן איז בארג סיני אין מדין, איז דאס דאך אין זיין געבורט-ארט און די אפזאג האט נישט קיין גערעכטיגקייט.
- די אידענטיפיקאציע פונעם בארג אין דעם געגנט שטימט נישט מיט דער שילדערונג פון דער רייזע פון פאלק ישראל אין סיני ווי ערצייגט אין תורה, און פארמיידט די אידענטיפיקאציע פון די אנדערע סטאנציעס און מדבר ווי מדבר סיני, סין, שור, וועלכע זענען אידענטיפיצירט מיט הויך פראצענט'ן.
דזשאבעל סִין בִּישָׁאר
השערה שהועלתה על ידי פרופ' מנשה הראל הציעה לזהות את ג'בל סִין בִּישָׁר הנמצא בחלקו המערבי של ואדי סודר במערב סיני, כהר סיני המקראי. השערה שהועלתה על ידי פרופ' מנשה הראל הציעה לזהות את ג'בל סִין בִּישָׁר הנמצא בחלקו המערבי של ואדי סודר במערב סיני, כהר סיני המקראי. זיהוי הר סיני, ואתרים נוספים במסלול יציאת בני ישראל ממצרים מתוארים על ידי הראל בהסתמך על הכתוב במקרא. השערה זו מפורטת בספרו של הראל, ״מסעי סיני״, שזכה בפרס יד יצחק בן-צבי. הראל מבסס את טענותיו על כך שההר נמצא במרחק של כ-75 ק״מ מהאזור המזוהה על ידו כארץ גושן, ולטענתו, מרחק זה מתאים לכתוב בספר "שמות" ״מהלך שלושת ימים״, כלומר הליכה של כ-25 ק״מ ביום. הוא מחזק את טענתו גם בהתבסס על שם ההר: סין-סונא (תורה בערבית), בישר - בשורה. כלומר מקום אשר בו ניתנה בשורת התורה. החוקר יוסף גינת חלק על השערתו של הראל וטען כי משמעות השם בלשון המקום היא "שן בוקעת"[14].
ג'בל חלאל
מספר חוקרים הציעו לזהות את ג'בל חלאל כהר סיני המקראי. מיקום ההר מתאים לדעתם לתאוריות של "המסלול הצפוני" של יציאת מצרים. בחירתו נבעה מסמיכותו היחסית לעין קודיראת ולעין קדיס שחלק מהחוקרים זיהו עם קדש ברנע המקראית. מושל סיני הבריטי בשנות ה-תר"ץ, מייג'ור קלוד ג'רוויס (Claude Scudamore Jarvis) התבסס גם על שם ההר שפירושו בערבית: "מותר" ובהקשר של הקרבת קורבנות "קדוש וחוקי". גם יוחנן אהרוני הציע לזהות את הר סיני בג'בל חלאל. הביקורת על זיהויו כהר סיני טוענת כי הממצאים ארכאולוגים שנתגלו באזור ההר הם מתקופת האבן ומהתקופה הרומית-ביזנטית ושתי תקופות אלו אינן תואמות את התיארוך היהודי ליציאת מצרים.
ג'בל חשם א-טריף
העיתונאי שמחה יעקובוביץ' טען בסרט "פענוח יציאת מצרים" כי ג'בל חשם א-טריף, המכונה גם "הר השם", הוא הר סיני המקראי.
אמי קוסי
החוקר יוסף אידלברג טען בספרו "במברה" כי הר הגעש אמי קוסי(ענ') הנמצא בצפון צ'אד, הוא הר סיני המקראי. לפי התיאוריה שלו, בני ישראל יצאו ממצרים לכיוון מערב, והלכו (בשנים הראשונות) במדבר סהרה דהיום. הוא מגבה זאת, בין השאר, בשמות יישובים שנותרו עד היום דומים מאוד לשמות המקראיים, מתאר השטח הדומה למוזכר בתורה יותר מאשר חצי האי הנקרא היום סיני, ההתאמה הטובה יותר לזמן הרב שלקח המסע הזה, כמו גם אורך מסעו של אליהו הנביא, 40 יום ו-40 לילה - שהיה לאורך כל ההיסטוריה העולה לרגל היחיד אל ההר, ושפת הבמברה של בני מאלי המזכירה במידת מה את העברית הקדומה. הסופר אביגדור שחן המשיך והרחיב על עבודתו של יוסף בספרו זה סיני. בנוסף, שחר גפני סיפר בקצרה על התיאוריה אצל יובל מלחי בפודקאסט קטעים בהיסטוריה[15] ובהרחבה בספרו 'יציאת מצרים התיאוריה האבודה'.
זיהוי הר סיני במסורת
בשבט ה'תשל"ח הכריז נשיא מצרים, אנואר סאדאת, על כוונתו להקים בהר בתי תפילה לשלוש הדתות, בית כנסת מסגד וכנסייה[16]. אך חז"ל קבעו שמקומו המדויק של הר סיני, מקום קבלת עשרת הדברות מה', אינו ידוע באופן מכוון, על מנת למנוע את הפיכתו למקדש[מקור פארלאנגט]. זאת בדומה למיקומו של קבר משה בהר נבו שבמואב שיש אומרים שלא נודע מסיבה דומה.
ליינט מער
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער בארג סיני אויף וויקיקאמאנס
- די טעאריע פון דעם אָרט פון בארג סיני אין דזשאבעל אל-לוז אין סאודי אראביע.
- ינפאָרמאַטיוו ווידעא איבער די טעאריע פון דעם אָרט פון בארג סיני אין דזשאבעל אל-לוז אין סאודי אראביע אויף יוטיוב: David Gates
- די טעאריע פון דעם אָרט פון בארג סיני אין "בארג קראָקוס".
- בארג סיני רעטעניש פון צבי אילן.
- אחד עשר יום מחורב, מחבר: ידין רומן, מקראנט זייטל.
- אלטע מאפ'ס פון סיני, "אוסף המפות ע"ש ערן לאור", הספרייה הלאומית.
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער
- מקורות אין נושא פון בארג סיני אויף ספריא זייטל.
- נישט פארפאסן!, "מיר האבן געפונען באַרג סיני": אלטע העברעיש'ע באשרייבעניש פון די מעמד הר סיני זענען געפונען אין סאודי אראביע, אויף וואלה, 25 בנובמבר 2019.
הערות שוליים
- ↑ אזוי קומט אויס און עטךיכע ערטער, צום ביישפיל במדבר לג;דברים א.
- ↑ מנשה הראל, מדבר צין, בית מקרא: כתב-עת לחקר המקרא ועולמו כרך ט"ו, חוברת ד' (מ"ג), ירושלים, מוסד ביאליק, (אלול תש"ל), זייט 459.
- ↑ שבת פט, א
- ↑ שבת פט, א.
- ↑ שמות ג, א.
- ↑ שמות לב, א.
- ↑ במדבר ג, ד.
- ↑ במדבר ט, א.
- ↑ במדבר א, א–ב
- ↑ סוטה ה, א.
- ↑ בבא בתרא עד, א.
- ↑ איכה רבה, פתיחתא, ב.
- ↑ ילקוט שמעוני, מיכה ד, א, רמז תקנ"ב
- ↑ יוסף גינת, "למשמעותם של שמות הרים בסיני", טבע וארץ, כרך י"א (ד), תשכ"ט–1969, עמ' 190–192
- ↑ האזנה לפודקאסט - יובל מלחי מארח את שחר גפני בנושא יציאת מצרים
- ↑ יובל לישראל מאת חיים יבין- 12 בינואר 1978
סיני סיני קטגוריה:פרשת יתרו קטגוריה:מתן תורה
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער
געאגראפיע
דער בארג סיני געפינט זיך אין א בערגיגן מדבר וועלכער איז אנגערופן אין תנ"ך אויפן נאמען פונעם בארג, 'מדבר סיני'. דער פונקטליכער ארט פונעם בארג איז היינט שווער אנצוצייכענען, וויבאלד עס געפונען זיך אין יענעם געגנט פיל בערג און בערגלעך. אין צייט פון תנ"ך איז יענער גאנצער געגנט געווען בלויז א ליידיגער מדבר און עס איז נישט געווען אונטערן קאנטראל פון קיין שום לאנד. עס איז אויף צפון פון די היסטארישע מצרים און אויסער די דרום'דיגע גרעניצן פון ארץ ישראל.
היינט איז דער נאמען סיני אויסגעשפרייט געווארן אויפן גאנצן ראיאן, וואס ווערט גערופן דער 'סיני האלב-אינזל'. דער ראיאן געפונט זיך אין די גרעניצן פון עגיפטן לויטן שלום וואס זיי האבן געשלאסן מיט ישראל אין יאר 1979.
וויכטיגע געשעענישן
אין דער תורה איז דער בארג סיני דער פלאץ פון עטליכע גאר וויכטיגע געשעענישן. דארט האט גאט געזאגט פאר משה רבינו ארויסצונעמען די אידן פון מצרים[1], און ער האט דארט געזען דעם וואונדערליכן פייער אויפן 'סנה' (א געוויסע דארנבוים). שפעטער איז דארט געווען דער פלאץ פון מתן תורה וואו די אידן האבן געהערט די עשרת הדברות. דארט איז משה רבינו ארויפגעגאנגען און געבליבן פאר פערציג טעג און פערציג נעכט נאכאנאנד, דארט האט ער באקומען די גאנצע תורה פון אייבערשטן, און דארט האט גאט געזאגט פאר די אידן "והייתם לי סגולה מכל העמים" און "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"[2].
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז די שטיינער פון יענעם בערגיגן געגנט האבן אין זיך אזעלכע שטריכן און צייכענעס אין א פארעם וואס זעט אויס ווי די צווייגן פון א 'סנה'. די שטריכן פילן אן דעם גאנצן אינהאלט פונעם שטיין, אזוי אז אפילו מען צושפלינטערט די שטיין אויף קליינע שטיקלעך, פארבלייבט נאך אלס דערויף די צורה פון א סנה.
נאטיצן
- ↑ צו באמערקן אז מדבר צין, מדבר סין און מדבר סיני ווערן דערמאנט אין תנ"ך אלס באזונדערע ערטער: מדבר צין איז די מערסטע נאנט צו ארץ ישראל, דארט האבן די מרגלים אנגעפאנגען זייער שפיאנאזש רייזע (במדבר יג, כא), און אהין זענען די אידן אנגעקומען נאר אין לעצטן יאר פון וואנדערונג אין מדבר. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען זיי אָנגעקומען אין מדבר סין פּונקט אַ חודש נאָכן יציאת מצרים, ווי ס'שטייט (שמות טז, א):”וַיִּסְעוּ מֵאֵילִם, וַיָּבֹאוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֶל מִדְבַּר סִין אֲשֶׁר בֵּין אֵילִם וּבֵין סִינָי, בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי לְצֵאתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם”. אין דעם פסוק ווערט אויך קלארגעשטעלט אז סיני איז אן אנדער ארט, און אזוי איז אויך אין פרשת מסעי (במדבר לג, יא–טו) אין די סדר המסעות.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!