רוי:רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק)

פון המכלול
ווערסיע פון 22:23, 4 מאי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רבי [[" ב־"[[רבי ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מנחם מענדל שניאורסאהן זצ"ל דער צמח צדק

רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (כ"ט אלול ה'תקמ"ט - י"ג ניסן ה'תרכ"ו), דער דריטער רבי פון ליובאוויטש - חב"ד. באקאנט אלס "דער צמח צדק".

אפשטאם

רבי מנחם מענדל איז געבוירן אין ליאזנא כ"ט אלול ה'תקמ"ט, צו זיין פאטער הרב שלום שכנא שניאורסאהן, א חסיד פון רבי מענדל האראדאקער, און צו זיין מוטער מרת דבורה לאה א טאכטער פון הרב שניאור זלמן דער בעל התניא. מ'האט אים א נאמען געגעבן נאך רבי מענדל האראדאקער.

רבנות

אין עלטער פון דריי יאר צום גדליה ה'תקנ"ג ווען זיין מוטער איז נפטר געווארן, איז רבי מנחם מענדל אויפגעצויגן געווארן ביי זיין זיידען דער בעל התניא.

אין יאר ה'תקפ"ח נאך דער פטירה פון זיין שווער, דער מיטלער רבי, האבן די חסידים איינגעדרינגען רבי מנחם מענדל איבערצונעמן די רביסטעווע.

הסתלקות

רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן י"ג ניסן ה'תרכ"ו, און ער ליגט אין ליובאוויטש.

פאמיליע

אין יאר ה'תקס"ג האט רבי מנחם מענדל געהייראט מרת חיה מושקא[1] א טאכטער פון רבי דובער פון ליובאוויטש. זייערע קינדער:

  • הרב יעקב שניאורסאהן ( - ), ער איז נפטר געוואטן יונגערהייט.
  • מרת דבורה לאה, די ווייב פון הרב לוי יצחק זלמנסאהן, א זון פון איר פעטער הרב יקותיאל זלמן (וואלעם), אן איידעם ביים דעם מיטלער רבי, רבי דובער.

זיינע ספרים

  • צמח צדק - שו"ת.
  • צמח צדק - פסקי דינים.
  • צמח צדק - חידושי הש"ס .
  • דרך מצותיך - טעמי המצוות ע"פ חסידות.
  • ביאורי הזוהר - זוהר.
  • דרך אמונה (ספר החקירה).
  • אור התורה - צוויי און פערציג בענדער על התורה, מועדים און נ"ך.
  • ספר הליקוטים.

זעט אויך

ליובאוויטש (חסידות)

רעפערענצען

  1. לויט ספר הצאצאים; בית רבי שרייבט "חיה מוסא"


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!