רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי
געבורט 1928
ה' תמוז ה'תרפ"ח
קראקא, פוילן
פטירה כ"ג תשרי ה'תשמ"ב (אלט: 53 בערך)
למד ב תורה ודעת
טעטיגקייט אָרט דענווער
תקופת הפעילות ה'תש"הה'תשמ"ב (בערך 37 יאָרן)
השתייכות הארנסטייפל
ווייב לאה הינדא לייפער
פערטער הארנסטייפלער רבי
י' אב ה'תשל"גכ"ג תשרי ה'תשמ"ב
זיין ברודער רבי יחיאל מיכל טווערסקי
זיין זון רבי מרדכי דוב טווערסקי
זיין איידעם רבי שלום שכנא פרידמאן ←

רבי בן ציון חיים שלמה משולם זושא טווערסקי (ה' תמוז ה'תרפ"ח, 1928 - כ"ג תשרי ה'תשמ"ב, 1981) איז געווען דער הארנסטייפלער רבי, און רב פון דענווער קאלאראדא.

ביאגראפיע

רבי בן ציון איז געבוירן אין קראקא צו רבי יעקב ישראל טווערסקי, דער דריטער הארנסטייפלער רבי[1]. מען האט אים א נאמען געגעבן "שלמה משולם זושא", נאך זיינע זיידעס רבי שלמה פון באבוב, און רבי משולם זושא פון האניפאלי. ער איז אויפגעוואקסן אין מילוואקי, ווען אין זיין יוגנט האט ער באקומען פריוואטע לעקציעס, און שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבת תורה ודעת ביי רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש און רבי שלמה היימאן וואס האבן אים זייער ליב געהאט. אין ישיבה האט ער אנגעפירט די חבורה פון די חסיד'ישע בחורים. ווען ער איז געווען 18 יאר אלט האט זיין זיידע רבי בן ציון יהודה לייב מעיד געווען אויף אים, אז ער קען דעם ספר עץ חיים פון רבי חיים וויטאל אזוי ווי א איד קען 'אשרי'.

ער האט חתונה געהאט מיט לאה הינדא, די טאכטער פון רבי יוסף לייפער, פיטסבורגער רבי. אין יאר תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון דענווער, קאלאראדא. אום ראש השנה תשכ"א איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב א שווערע קראנקהייט, און ער האט דורכגעמאכט עטליכע אפעראציעס. אין יום כיפור פון יענעם יאר האבן די צוויי קהילות, אין דענווער און מילוואקי, אים צוגעלייגט א נאמען, אבער צוליב דעם אוממעגליכקייט צו קאָאָרדינירן צווישן זיי זענען צוגעלייגט געווארן צוויי פארשידענע נעמען - "בן ציון" און "חיים"[2]. די מחלה האט אים אבער נישט אפגעלאזט ביז צו זיין טויט, און דורכאויס די יארן האט ער געמוזט דורכגיין פיל באהאנדלונגען און אפעראציעס. אין 1966 האט ער באזוכט מיט זיין משפחה אין ארץ ישראל, במשך פון 9 חדשים.

נאך די פטירה פון זיין טאטן, אין י' אב ה'תשל"ג, האט ער - לויט די צוואה[3] - איבערגענומען די הארנסטייפלער רבי'סטווע. אויך נאך זיין התמנות האט ער נישט פארלאזט דענווער, און ער האט געשטעלט זיין יונגסטער ברודער רבי מיכל אלס רב אין טאטנ'ס בית מדרש אין מילוואקי.

דורכאויס די יארן האט ער אסאך עוסק געווען צו פארשפרייטן אידישקייט און מחזק זיין בעלי תשובה, ווי אויך האט ער געטון פאר'ן כשרות פון די שחיטה אין אמעריקע. ער איז נפטר געווארן אין נאכט פון שמחת תורה ה'תשמ"ב.

אין יאר תשס"ו האט אן אייניקל געדרוקט דאס ספר "מלכות שלמה", וואס אנטהאלט זיינע דברי תורה און מעשיות אויף אים. א צווייטע און פארברייטערטע דרוק איז ערשינען אין יאר תשע"ו, אין לעיקוואוד.

ממשיכים

  • זיין יונגערער ברודער רבי יחיאל מיכל האט גע'ירש'נט זייער טאטנ'ס בית מדרש אין מילוואקי. אנהייב האט ער געדינט אלס רב, און נאך זיין ברודער'ס פטירה אויך אלס אדמו"ר.
  • זיין זון רבי מרדכי דוב בער טווערסקי פירט א בית מדרש אין פלעטבוש, ער קאָמפּאָזירט אויך פילע ניגונים.
  • זיין איידעם רבי שלום שכנא פרידמאן איז הארנסטייפלער רבי אין ארץ ישראל. לאנגע יארן איז ער געווען אין סנהדריה געגנט אין ירושלים, און אין תשע"ח איז ער אריבער קיין ביתר.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. רבי יעקב ישראל איז געווען א זון פון רבי יהודה לייב בן רבי מרדכי דוב טווערסקי, און אן איידעם פון זיין קאזין רבי בן ציון האלבערשטאם פון באבוב (וועלכער איז אויך געווען אן אייניקל פון רבי מרדכי דוב).
  2. חוץ פון דעם וואס די נעמען זענען מסוגל אויף אריכות ימים, זענען זיי אויך נאך זיינע זיידעס: רבי בן-ציון האלבערשטאם און רבי חיים פון צאנז.
  3. דער לשון פון צוואה איז: "אך תהילה לא-ל שיפה כח הבן מכח האב, ושבני הרה"ג והצדיק הר"ר בן ציון חיים שלמה משולם זושא שליט"א כוחו יותר טוב ממני, והוא בחכמתו וביראתו הקודמת ובצדקתו ידע איך לנהל ולהגביר ולהאדיר את תורת החסידות אשר ירשתי מדור דור".

קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען קאַטעגאָריע:צאנז קאַטעגאָריע:אמעריקאנער רבנים קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם