רוי:אידישקייט

פון המכלול
ווערסיע פון 09:19, 23 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אידישקייט אָדער אידנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם אידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון דער תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין משנה און גמרא דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. אידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די אידישע קינדער און דעם אייבערשטן.

אן אנהענגער פון אידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די אידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניגטע שטאטן, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.

אידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. אידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון אידישקייט.

אידישקייט איז געבויט אויף א גלויבונג, וואס לויטן רמב"ם ווערט גערעכנט אויף 13 פרינציפן. איינער פון די יסודות איז די תורה, געגעבן דורך משה רבינו, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה.

היינט זענען אויף דער וועלט אומגעפער 14.5  מיליאן אידן.[1]

אנטוויקלונג

אידישקייט הייבט זיך אן מיט אברהם אבינו, וואס האט דערקענט דעם אייבישטן. נאך אים זענען די נאכפאלגער געווען זיין זון יצחק און זיין אייניקל יעקב. יעקב מיט זיינע זין זענען אראפ קיין מצרים. נאך דעם שעבוד אין מצרים האט משה רבנו זיי אויסגעלייזט און איבערגעגעבן די ערשטע מצוות, פון זיי איז געווען די מצוה פון קרבן פסח.

הויפּטע כאראקטעריסטיקן פון אידישקייט

אידישקייט איז אויסגעצייכענט מיט עטליכע מצוות וואס יעדער איינער דארף היטן: שבת, כשרות און טהרת המשפחה.

שבת און יום טוב

דער זיבעטער טאג יעדע וואך איז שבת, וואס הייבט אן ווען די זון גייט אראפ פרייטאג, ביז דריי שטערן קומען ארויס נאך שבת. עס זענען פאראן 39 אבות מלאכות (הויפט סארטן ארבעט) אום אומצאליגע תולדות, ווי אויך תקנות און גזירות פון חז"ל, זאכן וואס מען טוט נישט שבת. אויך ברענגט מען אריין שבת מיט קידוש פרייטאג צונאכט (אויך קידוש שבת בייטאג) און מען מאכט הבדלה שבת-צונאכט צו ווייזן אז די נייע וואך האט אנגעהויבן.

כשרות

Postscript-viewer-blue.svg כשרות

כשרות איז איינע פון די צענטראלע מצוות פון אידישקייט, מיט וואס מען באצייכנט זיך אלס ייד. די הויפט הלכות פון כשרות זענען:

  • וועלכע בעלי חיים מעג מען עסן
  • שעכטן בהמות, חיות און עופות פארן עסן
  • נישט עסן בלוט
  • נישט עסן בשר בחלב, פון וואס שטאמט אז א אידישע קיך האט באזונדערע מיליכיגע און פליישיגע כלים.

טהרת המשפחה

Postscript-viewer-blue.svg טהרת המשפחה

דאווענען

Postscript-viewer-blue.svg דאווענען

א איד דאווענט דריי מאל א טאג, אינדערפרי שחרית, נאכמיטאג מנחה און ביינאכט מעריב. געוויסע טעג, ד"ה שבת, ראש חודש, יום טוב און חול המועד, דאווענט מען מוסף נאך שחרית. איין טאג אין יאר, יום כיפור, דאווענט מען א פינפטע תפילה, נעילה, פארנאכט.

לערנען תורה

די תורה באשטייט פון תורה שבכתב, די פינף ספרים פון דער תורה, און תורה שבעל פה, וואס נעמט איין משנה, גמרא, תוספתא, מדרשים און אלץ וואס די חכמים דורך די דורת זענען מחדש. לערנען תורה איז איינע פון די מצוות וואס א איד דארף מקיים זיין, אבער לערנען תורה האט א ספעציעלן ארט אין דעם לעבן פון א ייד.

היטן מצוות

ארץ ישראל

Postscript-viewer-blue.svg ארץ ישראל

יידישע גלויבונג

Postscript-viewer-blue.svg אידישע אמונה פרינציפן

דאך זענען פאראן אנגענומענע עיקרים פון אמונה וואס די גדולים פון די פריערדיגע דורות האבן צאמגעשטעלט. מערסט באוואוסט זענען די דרייצן עיקרים פונעם רמב"ם, וואס הייבט אן מיט אמונה אין איין גאט, וואס האט נישט קיין קערפער און נישט קיין פארעם, אויך אמונה אין נבואה, און איבער אלע נביאים די תורה וואס משה רבנו האט אראפגעבגרענגט. אנדערע הויפט פרינציפן זענען אמונה אין משיח, אין עולם הבא און אין תחיית המתים.

איינער פון די דרייצן עיקרים איז גלייבן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית, אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין זעקס טעג, און אין דעם זיבעטן טאג האט דער אייבערשטער גערוט פון זיין ארבעט. די יאר ציילונגען אין דער לוח וואס איז היינט אנגענומען הייבן אן פון אנהייב דעם יאר אין וואס די וועלט איז באשאפן געווארן (איין יאר פאר דעם באשאפן אדם הראשון). מען ציילט די יארן מיט יידישע נומערן, דאס הייסט ניצנדיק די אותיות פון א"ב; לויט דעם איז דאס יאר ה'תשפ"ה דאס 5785סטע יאר צו בריאת העולם (דער אות ה' אין אנהייב באדייט די טויזנטער).

אין ספר בראשית ווערט געברענגט אז אדם הראשון און חוה זענען באשאפן געווארן די לעצטע, אום זעקסטן טאג. נאך דעם חטא פונעם עץ הדעת זענען אדם און חוה געווארן פארטריבן פון גן עדן, און מיט דעם הייבט אן די געשיכטע פון דער מענטשהייט.

אידן איבער דער וועלט

במשך די יארן זענען די אידן געווארן באזונדערע עטנישע גרופעס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט: די אשכנזים פון מזרח און צענטראלער אייראפע, די ספרדים פון שפאניע, פארטוגאל און צפון אפריקע, די עדות המזרח פון בבל און אינדיע, די תימנים פונעם אראבישן האלבאינזל. כאטש דער נוסח התפילה ענדערט זיך צווישן די פארשידענע גרופעס אבער אלע האלטן איין תורה.

איִדן אין אייראָפּע

כּלל ישׂראל האָט זיך פלאצירט ‫אין משך די פאַרגאַנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראַלע אָפּטיילונג. אייראָפּע איז אַ יבשה אויף מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אַזיע, זי פאַרמאָגט פילע לענדער, פיל פון זיי זענען אומבאַקאַנטע נעמען פאַר איִדן וועלכע האָבן גאַנץ ווייניג געהאַט פאַרבינדונגען מיט זיי אין די היסטאָריע. אידן זענען געקומען צו דער אייראָפּעיִשער יבשה נאָך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האָבן איִדן געוואַנדערט פון איין לאַנד צום צווייטן אין אייראָפּע.



שבת תורה תפילה
הייליגע טעג 
ימים טובים פאַסטן צייטן געדיינקט טעג


ספרים


בעוווסטע און בארימטע מענטשן

אין תנ"ך ביי די חז"ל ביי די נייע צייט

געמיינדעס

פריעריגע געמיינדעס צייטליכע געמיינדעס

רעפערענצן

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Population of Jews


Portal.svg

די טעמע האט א פארטאל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!