ליקוטי אמרים תניא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תניא לקוטי אמרים - תניא
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
ספר התניא געדרוקט אין פאיד, מצרים סוף מלחמת יום הכיפורים, דורך חסידי חב"ד (הוצאה 78).
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך אדמו"ר הזקן
שפת המקור לשון הקודש
תורגם לשפות ענגליש, צרפתיש, רוסיש, אידיש, ספרדיש, איטאליעניש, פראנצויזיש, גאורגיש, דייטשיש און העברעיש.
סוגה ספרי חסידות, חב"ד
הוצאה
מספר עמודים 503
נאך אויסגאבעס
דאטום פון ערשטער אויסגאבע ה'תקנ"ז

ספר התניא וואס ווערט אויך גערופן לקוטי אמרים אדער ספר של בינונים אויפן נאמען פונעם ערשטן חלק, איז א ספר יסוד אין חב"ד און אין חסידות בכלל. עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין ה'תקנ"ז אין סלאוויטא, דורכן מחבר, דער מייסד פון חסידות חב"ד רבי שניאור זלמן מלאדי, וועגן דער ספר ווערט ער גערופן "בעל התניא".

תניא איז דער ספר היסוד פון חסידות חב"ד, און פארמאגט אין זיך א וועג וויזער אויפן לעבן און עבודת הבורא, וואס איז מבוסס צו רעדן צום הארץ און מח. דאס איז דער ערשטער ספר וואס האט ארפגעשריבן חסידות מיט א סדר און קלארקייט, אזוי אז עס האט משפיע געווען אויך אויף די נישט חסידישע וועלט.

נאך וואס דער ספר איז ארויס האט ער זיך געשאפן התנגדות אינעוויניג אין דרך החסידות. וואס האבן זיך מתנגד געווען צום מהלך פון חב"ד פון רעדן טיפע חסידות אפנערייט, אין שפיץ פון די מתנגדים זענען געשטאנען רבי אברהם פון קליסק און רבי ברוך פון מז'יבוז', דער אייניקל פונעם בעש"ט. היינט איז עס באוויסט ביי אסאך חסידיות אלץ א ספר יסוד[מקור פארלאנגט].

דער ספר האט באקומען זיין נאמען אויפן ווארט וואס דער ספר הייבט זיך אן.