קרבנות הנשיאים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קרבנות הנשיאים זענען קרבנות וואס די נשיאים פון די שבטי ישראל האבן מקריב געווען ביים חנוכת המשכן, צוזאמען מיט אנדערע ביישטייערונגען, וועגענער און רינדער צו טראגן מיט זיי דעם משכן. דאס ברענגען די קרבנות ווערט געשילדערט אין פרשת נשא, במדבר ז.

הקרבה

דער סדר איז אנגעגאנגען ווי פאלגנד: צום ערשטן האבן אלע נשיאים אינאיינעם אפגעגעבן א מתנה פון זעקס וואגאנען צו טראגן דערמיט דעם משכן, און מיט זיי צוועלף רינדער צו ציען די וואגאנען מיט זיי. די וואגאנען זענען צעטיילט געווארן צווישן די בני גרשון און בני מררי[1]. דערנאך האבן די נשיאים מקריב געווען קרבנות און געגעבן מתנות פאר'ן משכן דורכאויס צוועלף טעג נאכאנאנד, אויך שבתהוראת שעה), יעדער נשיא א באזונדערן טאג. די קרבנות פון די נשיאים און זייערע מתנות זענען געווען אייניג:

"קַעֲרַת כֶּסֶף אַחַת שְׁלֹשִׁים וּמֵאָה מִשְׁקָלָהּ מִזְרָק אֶחָד כֶּסֶף שִׁבְעִים שֶׁקֶל בְּשֶׁקֶל הַקֹּדֶשׁ שְׁנֵיהֶם מְלֵאִים סֹלֶת בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן לְמִנְחָה. כַּף אַחַת עֲשָׂרָה זָהָב מְלֵאָה קְטֹרֶת. פַּר אֶחָד בֶּן בָּקָר אַיִל אֶחָד כֶּבֶשׂ אֶחָד בֶּן שְׁנָתוֹ לְעֹלָה. שְׂעִיר עִזִּים אֶחָד לְחַטָּאת. וּלְזֶבַח הַשְּׁלָמִים בָּקָר שְׁנַיִם אֵילִם חֲמִשָּׁה עַתֻּדִים חֲמִשָּׁה כְּבָשִׂים בְּנֵי שָׁנָה חֲמִשָּׁה"

דער צייט דערפון

די אנגענומענע מיינונג אין חז"ל איז, אז די קרבנות פון די נשיאים זענען געברענגט געווארן אנהייב חודש ניסן – אנגעהויבן פון א' ניסן וואס איז דעם אכטן טאג פון די מילואים, ביז י"ב ניסן אינעם צווייטן יאר פון יציאת מצרים, (ב'תמ"ט).

די שיטה טראגט א הלכה'דיגע באדייט אויך היינט צוטאגס, מיט דעם וואס מען טאר נישט מספיד זיין אדער פאסטן דורכאויס דעם גאנצן חודש ניסן, וויבאלד רוב פון די טעג אין חודש זענען ימים טובים: א'-י"ב לחודש צוליב די קרבנות פון די נשיאים, און י"ד-כ"א צוליב פסח. דערצו זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען דעם גאנצן חודש.

אָבער דער מיינונג איז שווער, ווייל די געשיכטע פון יום השמיני פון חנוכת המשכן שטייט אין פרשת שמיני אין ספר ויקרא, אין צייט וואס די קרבנות פון די נשיאים ווערן באַשריבן אין פרשת נשא אין ספר במדבר; אין פרשת שמיני ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די קרבנות פון די נשיאים, און אין פרשת נשא ווערט גאָרנישט דערמאנט איבער די טייל וואס משה רבינו און אהרן הכהן מיט זיינע קינדער האבן גענומען אין די חנוכת המשכן. נאך א שוועריגקייט איז, אז אין אנהייב חומש במדבר ווערט אנגעצייכנט דער דאטום, ראש חודש אייר אין צווייטן יאר פון יציאת מצרים, און לויט די אויבנדערמאנטע מיינונג זענען די פסוקים נישט כראנאלאגיש אויסגעשטעלט.

צוליב די שוועריגקייטן טייטשט אויס דער אברבנאל אז די קרבנות פון די נשיאים האט מען נישט מקריב געווען אין חודש ניסן, נאר אין חודש אייר. דער געשעעניש וואָס ווערט דערמאנט אין פרשת שמיני איז דער אָנהייב פון די אַרבעט פון די כהנים אין דעם משכן, און די געשעעניש אין פרשת נשא איז א באזונדערע פייערונג פון חנוכת המשכן דורך די פארשטייערס פון די אידן. אזוי איז פארשטענדליך פארוואס די תורה דערמאנט זיי אלס צוויי פארשידענע געשעענישן, און אויך די כראנאלאגיע שטימט.

דער סדר

  1. נחשון בן עמינדב – שבט יהודה – א' ניסן
  2. נתנאל בן צוער – שבט יששכר – ב' ניסן
  3. אליאב בן חלון – שבט זבולון – ג' ניסן
  4. אליצור בן שדיאור – שבט ראובן – ד' ניסן
  5. שלומיאל בן צורישדי – שבט שמעון – ה' ניסן
  6. אליסף בן דעואל – שבט גד – ו' ניסן
  7. אלישמע בן עמיהוד – שבט אפרים – ז' ניסן
  8. גמליאל בן פדהצור – שבט מנשה – ח' ניסן
  9. אבידן בן גדעוני – שבט בנימין – ט' ניסן
  10. אחיעזר בן עמישדי – שבט דן – י' ניסן
  11. פגעיאל בן עכרן – שבט אשר – י"א ניסן
  12. אחירע בן עינן – שבט נפתלי – י"ב ניסן

שבט לוי האט נישט אנטייל גענומען אין די חנוכת המשכן. דער מדרש דערציילט אז אהרן הכהן האט מקנא געווען די נשיאים, און דער באשעפער האט אים פארדעם געגעבן די מצוה פון הדלקת המנורה, וואס שטייט אין תורה גלייך נאך די קרבנות הנשיאים צוליב די סיבה.

ליינען די קרבנות הנשיאים

אלע קרבנות הנשיאים ווערן באזונדער געברענגט אין ז פון חומש במדבר, אין פרשת נשא.

די קרבנות הנשיאים ווערן געליינט ביי קריאת התורה אין חנוכה, יעדן טאג ליינט מען א קרבן פון איין נשיא, אויסער די ערשטע טאג חנוכה, וואס דאן ליינט מען פון "ויהי ביום כלות משה להקים את המשכן" (אדער פון די פרשה פון ברכת כהנים), און די לעצטע טאג, וואס דאן ליינט מען די קרבנות פון די פינף לעצטע נשיאים און דערנאך די פרשה פון מעשה המנורה, אנפאנג פון פרשת בהעלותך.

עס זענען פארהאן וואס פירן זיך צו ליינען, אין א ספר תורה אדער אין א חומש, די קרבנות הנשיאים פון א' ניסן ביז י"ב ניסן נאך תפילת שחרית, יעדן טאג די פרשה פון דעם נשיא וואס האט מקריב געווען זיין קרבן יענעם טאג, און דערנאך זאגט מען א "יהי רצון" אין וועלכן דער נאמען פונעם שבט און פונעם נשיא פון יענעם טאג ווערן דערמאנט. א' ניסן הייבט מען אן אזוי ווי די קריאת התורה פון ערשטן טאג חנוכה, און טייל[אויסקלארונג פארלאנגט] פירן זיך צו ליינען קודם די הקמת המשכן סוף פרשת פקודי, און אין י”ב ניסן ענדיגט מען צו אויך דעם שטיקל פון “זאת חנוכת המזבח” און ווייטער, און מען זאָגט נישט קיין יהי רצון דערנאך[אויסקלארונג פארלאנגט].

דרויסנדע לינקס

  • מנחם מענדיל ברים, נשיאי מועד, אויף עניני קרבנות הנשיאים, בני ברק תשע"ד

רעפערענצן

  1. וואס גייענדיג אין מדבר איז זייער פליכט געווען צו טראגן די באַזע פון משכן (צום ביישפיל: קרשים, אדנים). די בני קהת וואס האבן געטראגן די כלי המשכן האבן דאס געטראגן אויף זייער פלייצעס, און האבן זיך נישט גענויטיגט אין וואגאנען.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער