רוי:רבי ישראל איסרלין
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
| געבורט |
בערך 1390 בערך ה'ק"ן רגנסבורג, "הייליגע" רוימישע אימפעריע |
|---|---|
| פטירה |
1460 ה'ר"כ ווינער נוישטאדט, "הייליגע" רוימישע אימפעריע |
| כינוי | תרומת הדשן |
| תחומי עיסוק | הלכה, קבלה |
| רבי'ס | רבי נתן איגרא |
| בני דורו | ר' נתן אפשטיין, מהרי"ו, מהר"י ברונא |
| רב אין מארבורג, ווינער נוישטאדט | |
רבי ישראל איסרליין[1] ב"ר פתחיה אשכנזי, (באקאנט אלס מהרא"י, און "דער תרומת הדשן", אדער נאך זיינע וואוינערטער "מהר"י מרפורק" (מארבורג), "מהר"י נוישטאט"[2], בערך ה'ק"נ–ה'ר"כ) איז געווען איינער פון די גרעסטע רבנים און פוסקים פון דעם אשכנזישן אידנטום אינעם פופצנטן יארהונדערט. ער ווערט באטראכט ווי איינער פון די לעצטע ראשונים, און זיינע פסקים ווערן טויזנטער מאל דערמאנט אין די פוסקים.
ביאגראפיע
ר' איסרליין איז געבוירן בערך ה'ק"נ אין רעגענסבורג, בייערן[3], אדער אין מארבורג, שטייערמארק (היינט אין סלאוועניע)[4]. ער איז געקומען פון א באקאנטער פאמיליע פון תלמידי חכמים, זיין פאטער איז געווען ר' פתחיה פון מארבורג, וועלכער איז געווען א זון פון רבי חיים הענשל פון היינבורג, א זון פון רבי ישראל פון קרעמז בעל "הגהות אשר"י"[5]. נאך זיין פאטער'ס פריצייטיגן פטירה אין רעגנסבורג[6] איז ער אריבער מיט זיין מוטער קיין ווינער נוישטאדט, וואו זיין פעטער רבי אהרן בלומליין האט אים מחנך געווען אין זיין ישיבה[7]. ר' איסרליין האט אויך פארבראכט און געלערנט אין וויען און אין קרעמז[8], און אויך ביי רבי נתן אין אייגער (העב'), וואס איז געווען אן אויסגעצייכנטער למדן און איז נפטר געווארן אין הייליג לאנד[9].
אין יאר ק"פ האבן זיך אנגעהויבן ברוטאלע פארפאלגונגען פאר די אידן אין עסטרייך, וואס האבן געפירט צו דער ווינער גזירה אין ט' ניסן ה'קפ"א. די גזירה האט געקאסט דאס לעבן פון רבי ישראל איסרלנ'ס מוטער, און פעטער און רבי ר' אהרן בלומליין. רבי איסרליין, אן עדות צו א טייל פון די געשעענישן, האט אפט מאל דערציילט זיינע עלטערע תלמידים וועגן דער קאטאסטראפע, ספעציעל אין תשעה באב[10].
נאך דער גזירה, האט ר' איסרלן ווארשיינליך געפליכטעט פאר א צייט פון עסטרייך קיין איטאליע[11]. שפעטער האט ער זיך באזעצט אין מארבורג, שטייערמארק, וואו ער האט אנגעהויבן דינען אלס רב אינעם ארטיגער קהילה[12]. ארום ה'ר', האט ער זיך אומגעקערט קיין ווינער-נוישטאט, נידער-עסטרייך, וואו ער איז געבליבן פאר דער רעשט פון זיין לעבן. ער איז אבער פיל מאל געפארן קיין מארבורג און צוריק, אפט מאל אפילו ביינאכט אדער פארטאגס[13].
ער האט, זעט אויס, נישט געהאט קיין גרויסע ביבליאטעק און האט געמוזט אנקומען צו זיין שוואגער און לייען ספרים ביי אסאך בעלי בתים[14]. ער דערמאנט נישט קיינמאל אזוינע ספרים, ווי "ס' המאור" אדער "ס' העיטור" און אנדערע ספרים פון שפאניש אידישע חכמים, אבער ער קען זיי פון ציטאטן ביי אנדערע מחברים[15]. אין ניישטאט איז נישט געווען צו געפינען דעם ספר "אור זרוע", אין מארבורג איז געווען נישט קיין פולשטענדיגער עקזעמפלאר[16]. איבער דעם ביכער הונגער איז מהר"י איסרלין געווען זייער אויפגעבראכט אויף אזוינע, וואס האבן נישט געוואלט לייען קיין ספרים די בחורים. איינעם אזוינעם, וואס האט זיך פארשולדיגט אין דעם פּרט, האט ער פארווערט קומען צו זיין שיעור[17].
ער איז געווען אקטיוו אלס קהילה-רב, און האט געהאלטן דרשות וועלכע האבן זיך קאנצעטרירט אויף הלכה[18]. ער איז געווען א רב וואס האט זיך נישט נאר טיף פארטון אין הלכה, נאר אויך זייער געזארגט מיט די סאציאלע און פאליטישע באדינגונגען פון זיינע מיטגלידער און זייער מאראלן און קולטורעלן לעבן[19].
ווען אידן זענען פארטריבן געווארן פון בייערן (דאס יאר 1450[20] אדער 1445[21]), האט מהר"י איסרלין אין ניישטאט גוזר תענית געווען. די גאנצע קהלה, אלע מלמדים און תלמידים האבן געפאסט, אפילו פון דער סביבה איז מען געקומען אהער פאסטן און זאגן סליחות[22]. דאסזעלבע יאר, דאס איז געווען א יובל-יאר ביי קריסטן און מ'האט זיך געריכט אז א גרויסער המון זאל זיך לאזן קיין רוים. האט מהר"י איסרלין נאך אמאל גוזר תענית געווען און ווידער אמאל האבן אלע געפאלגט, מ'איז אויך געגאנגען אויפן הייליגן ארט[23].
מיט זיין פטירה אין ה'ר"כ איז געשלאסן געווארן א גייסטרייכער עפאכע פאר די אידן אין עסטרייך. נאך זיין פטירה זענען די תורה-צענטערס אין עסטרייך אונטערגעגאנגען און זיך גערוקט מזרח-צו – קיין בעהמען, אונגארן, און פוילן[24].
אלס ראש ישיבה
אין ווינער נוישטאַדט איז רבי ישראל איסרליין באשטימט געווארן אלס רב און אב בית דין פון דער שטאט און די גלילות. אדאנק זיין אקטיוויטעט איז דאס שטאט געווארן א צענטער פון תורה אין עסטרייך, און ער האט געצויגן פילע הונדערטער תלמידים פון א ברייטן ספעקטרום פון מקומות, אריינגערעכנט עסטרייך, בעהמען, מאראוויע, אונגארן, שלעזיע, בייערן און ריינלאנד; פיל פון זיי זענען שפעטער געווארן פראמינענטע רבנים אין פארשידענע קהילות. צווישן זיינע באקאנטע תלמידים זענען רבי יוסף ב"ר משה פון העכשטאדט בעל "לקט יושר", רבי ישראל ברונא[25], און רבי משה מינץ, וועלכער האט באקומען סמיכה פון ר' איסרליין[26].
די ישיבה אין ווינער-נוישטאדט האט געווענליך פארנומען א גרויסן צימער צוגעבונדן צום שול[27]. אויסער די הויפט ישיבה, האט ר' איסרליין געזאגט שיעורים אויך אין זיין הויז[28]. יעדן וואכעדיגן פרימארגן פלעגט ר' איסרליין דאווענען מיט די בחורים. ווען דער רב איז אריין אין ישיבה, פלעגן די בחורים אויפשטיין און בלייבן שטיין ביז ער האט זיך געזעצט[29]. יעדן טאג האט ער פארגעלערנט א שיעור אין הלכה[30], נאכגעפאלגט דורך א דיסקוסיע. זיינע לעקציעס זענען טראנסקריבירט געווארן דורך טייל בחורים[31]. לילי שישי פלעגט ר' איסרליין בלייבן אין ישיבה ביז שפּעט אין דער נאכט, ווייל אין דעם טאג האבן טייל בחורים געלערנט ביזן עלות[32].
ר' ישראל איסרליין האט זיך שטארק געזארגט פאר דעם גייסטישן לעבן פון די תלמידים, ווי אויך זייער פיזישע און עקאנאמישע וואוילזיין[33]. ער איז געווען צוגעבונדן צו זיינע תלמידים, און האט טיף געטרויערט ווען איינער איז אוועק[34]. שבת אינדערפרי, זענען אלע תלמידים געווארן איינגעלאדנט צו זיין הויז פאר קידוש נאכן דאווענען. די וואס זענען געווען נענטער צו אים זענען געווארן איינגעלאדנט צו סעודות שבת און ימים טובים[35]. די נאכט פון ל"ג בעומר, האבן ר' איסרליין און זיינע תלמידים געפייערט דורך א מאלצייט צוזאמען אויף די שטח הישיבה[36].
די תלמידים האבן געוואוינט אין א הויז גערופן "בית הבחורים". דער בחורים עס-זאל איז אויך געווען אין דעם בנין[37]. די קהילה האט געהאט א ספעציעלן פאנד, "צדקה של בחורים", צו שטיצן די ארימע תלמידים[38].
ר' ישראל איסרליין האט זיך אנגעשטרענגט צו אויפלעבן און פארשטארקן דאס לערנען גמרא און אנדערע אלטע קוואלן קעגן דער טענדענץ צו זיך פארלאזן בלויז אויף די שפּעטערדיגע קאָדיפיקאַטאָרן[39]. אין די פריערדיגע יארהונדערט, האט די תלמודישע לערע אין דייטשלאנד שטארק גענידערט, אזוי אז אפילו די תלמידי חכמים האבן זיך מערסטנס געווידמעט צו די הלכה-קאָדעקסן און פוסקים, און פארנאכלעסיגט דעם תלמוד און די אלטע אויטאריטעטן. ר' איסרלן'ס באמיאונגען האבן אים אפט געפירט צו קאנפליקטן מיט די עלטערע רבנים. ער האט למשל געשטיצט צוויי יונגע תלמידי־חכמים וואס האבן געוואלט עפענען א ישיבה אין נוישטאַדט, אבער זענען קעגנגעשטעלט געווארן דורך רבי מייסטערליין (העב'), א פאָרשטייער פון דער אלטער ישיבה, וועלכער האט נישט געשטיצט דעם שטודיום פון די ראשונים[40][41].
רבי איסרליין האט זיך געקעגנשטעלט דעם דיאַלעקטישן מעטאָד פון פּלפּול בײם לערנען גמרא, טענה'נדיג אז פלפול איז נישט כדאי צו מאכן דערויף ברכות התורה[42].
כאראקטער און אייגנשאפטן
ר' איסרליין האט געלעבט א לעבן פון פרומקייט און פרישות, און איז אין געוויסער מאס פאררעכנט געווארן אלס א המשך פון די חסידי אשכנז פון 13'טן יארהונדערט. דער השפעה פון "ספר חסידים" און "ספר הרוקח" איז דערקענבאר אין פיל פון זיינע פסקים[43]. ער האט אפט געליטן פון גיכט און אויגן פראבלעמען, אבער האט זיך געשטופט אפצושרייבן תשובות צו די פילע שאלות וואס מען האט אים געשטעלט[44], און נישט זיך מקיל געווען אין הלכה[45].
ער האט זיך געפירט מיט געוויסע סגופים, ווי נישט עסן זאפראן אין עשרת ימי תשובה, און נישט פלייש פון קוען אדער קעלבער ראש השנה צוליב דעם עגל[46], און זיך אפהאלטן פון טראגן קליידער פון לעדער אויף יום הכפורים[47]. מען האט אויך באמערקט אז ער פלעגט טוישן וואוינארט אדער שטוב אויף אומבאקאנטע סיבות, און מען האט געזאגט אז עס איז געווען זיך צו מצער זיין לשם תשובה[48].
ר' איסרליין האט געוויס זיך אנטזאגט צו נעמען א געהאלט פון זיין קהילה, ווי ער אליין איז געווען אויסגעשפּראכן אנטקעגן נעמען באצאלט פאר רבנישע פאסטנס. אפילו אויף זייטיגע הכנסות פאר א רב, ווי גיטין, חליצה, באשווערן פרויען, תנאים און חתונות, באמערקט ער: "מיר שעמען זיך צו נעמען געצאלץ דערפאר און מ'מאטערט זיך צו געפינען א היתר אויף דעם"[49]. אלס רב איז א הויפט זארג זיינס געווען דאס וואוילזיין פון זיין קהילה. ער האט געוויזן גרויסע פעסטקייט ווען נויטיג אין דורכפירן רבנישע און קהלישע באשלוסן. ער האט זיך שטארק ארויסגעשטאלט קעגן יעדן פריצה אין קהילה[50].
ר' איסרלין האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אומווינסדיגע און אומווערדיגע רבנים, ווי ער שרייבט איינעם א פריש-געבאקענעם רב: "נעכטן זענען דיר ערשט ארויסגעוואקסן הערנער און היינט ווילסטו שוין שטויסן? ווער האט דיר דאס געגעבן רעכט און רשות דערויף?"[51]. ער האט זיך אויך קעגנשטעלט דאס ברייטן באנוץ פון לייגן אין חרם, שרייבנדיג צו איינעם א רב זיינעם א מקורב: "איך קען צו דיר נישט מסכים זיין, ווייל די וועלט פארשטייט עס נישט און א רב אוודאי נישט, זאלסט זיין א שופט אין א אייגענער זאך. און מ'טאר עס נישט צוליב דעם וואויל פון דעם דור, ווייל ס'איז פארהאן דיינים מקולקלים, סמיכה האבן אסאך, קענער זענען אבער ווייניג"[52]. איבער דעם און איבער אנדערע סבות פלעגן אין די קהלות פארקומען פארביטערטע לאנגיאריגע מחלוקתן. וועגן דעם שרייבט אויך מהר"י איסרלין: "ס'עקלט מיך פון די מחלוקת און קריגערייען אין אייער קהלה, דערהויפט איבער זידלערייען און שעלטן. ס'האלט דערביי, איך זאל זיך גאר און גאר אויסטון פון די דאזיגע געשעפטן; פון עסקים אין אנדערע מדינות וועל איך זיך אויך אפטון, ווארום איך זעה, איך האב קיין כוח נישט אויסצוגלייכן די שוועריגקייטן און אפרוימען די שטרויכלונגען. איך וויל שלום, זיי גאַרן צו מלחמה מיין מיה העלפט דא נישט איז צו וואס דארף איך דאס?"[53]
כאטש זיין גרויסקייט אין תורה, איז ער געווען באשיידן און האט נישט געלאזט מען זאל אים אויפרופן צו דער תורה מיט'ן טיטל "מורנו"[54], און ער פלעגט חתמ'ען זיינע בריוו אלס "הקטן והצעיר שבישראל"[55]. פארקערט, זיין זון פתחיה חתמעט זיך: "דער זון פון דעם גדול בישראל"[56], א שפילווארט אויף זיין פאטערס נאמען ישראל. יום כיפור ביינאכט האט דער שמש אויסגערופן אז דער רבי ר' איסרליין בעט מחילה פונעם ציבור, און אז דער וואס האט אויף אים א תביעה וויבאלד ער האט אים נישט ריכטיג גע'פסק'נט, זאל קומען נאך יום כיפור זיך צו פארגלייכן[57].
ר' איסרליין איז אויך געווען באקאנט אין וועלטליכע חכמות. א ברייטע לעגאלע בילדונג ווערט אנגעוויזן דורך זיין באקאנטשאפט מיט ציווילן רעכט און ריעל-עסטעיט געזעצן[58]. ער איז געווען באקאנט מיט די פראצעסן מיט וואס וויינגערטנער אין דייטשלאנד האבן גענוצט צו פארבעסערן זייער שניט, און די לאנדווירטשאפטליכע ציקלען. אויסער דייטש האט ער אויך עטוואס געקענט איטאליעניש, פראנצויזיש, און טשעכיש[59]
מהר"י איסרלין האט נישט געוואלט וויסן פון איבערגעשפיצטע קשיות אויף פסוקים פון תנ"ך. ער האט אזוי געזאגט: ווען מיר זאלן אנהויבן פארענטפערן אלע פסוקים, וועלן מיר קיינמאל נישט ארויס[60]
הלכה'דיגער צוגאנג
ר' איסרליין האט באפארצוגט די גאונים איבער שפעטערדיגע מיינונגען; ער האט ווייניג געקימערט וועגן די מיינונגען פון די שפּעטערדיגע קאדיפיקאטארן, אדער אפילו די אויטאריטעט פון רבי יעקב בעל הטורים, קעגן די באשלוסן פון די גאונים[61].
הגם ער פלעגט מחמיר זיין אין זיינע פסקים, פלעגט ער אין פילע ענינים מקיל זיין, בפרט בנוגע עגונות[44]. אין א נויטפאל האט ער נישט געקוקט אויף קיין איסור: ער האט מתיר געווען, װי זײן פעטער ר’ אהרן האט דאס שױן געטאן, צו לעשן אום שבת אלצײנס, צי די שריפה האט זיך אנגעהױבן בײ א אידן, אדער בײ א קריסט[62], ווארום נישט לעשן א שרפה איז געװען א לעבנס־סכנה פאר אידן, איז דאס א מצוה, אזױ װי ראטעװען א נפש. דעסגלײכן װען נײשטאט איז באלאגערט געװען, האט ער מתיר געווען אידן זאלן זיך שבת באטײליגן אין דער מלחמה קעגן דעם שונא און זײ זאלן פאלגן די באפעלן פון די שטאט־פירער[63].
א תלמיד האט אים אמאל געפרעגט פארוואס זאגט מען אין שמונה - עשרה "וזוכר חסדי אבות", נישט וזוכר חסדי אבותינו", ווי בכלל אין אנדערע תפילות. האט אים ר' איסרלין דערויף געענטפערט: "ווען מיר זאגן 'אבות', הייסט דאס, אז זיי זיינען אבות פון אלע מענשן, דאס איז פאר זיי מער כבוד, איידער מיר זאלן זאגן 'אבותינו', דאס הייסט בלויז אונזערע פאטערס"[64]. נאך א ווארט, וואס ר' איסרלין האט געענטפערט אויף א פראגע צי איז נישט קיין מצוה פאר א תלמיד חכם אויסציהען קיין ארץ-ישראל, בעת וואס דארט איז נישט פאראן קיין ישיבות און קיין תלמידים. דערויף ענטפערט ער: "מיר האבן אפט געהערט, אז דארט זיינען פאראן אראבישע אידן - אמת'ע רשעים און אפענע מוסרים, און זיי לאזן נישט צורוה דייטשע אידן וואס געבן זיך אפ מיט תורה. פרנסה און פארדינען קומט דארטן אויך אן שווער ווער קאן דאס אויסהאלטן בפרט נאך די גרויסע פיינטשאפט פון מאכמעדאנער! דעריבער זאל יעדערער זיך אליין קלאר זיין, ווי ווייט זיין געזונט און פארמעגן טראגן, וואס פאר א וועג ער זאל זיך נעמען אין גאטס פארכט און אין זיינע מצוות, ווארום דאס איז דער מענש גאר"[65]. א מענשליכן און קלוגן ענטפער האט ער אויך געגעבן אויף דער פראגע ווי גרויס דארף זיין די תשובה פאר א משומד, וואס קערט זיך אום צוריק צו אידישקייט. ער זאגט דערויף: גענוג פון זיינעטוועגן וואס ער זאגט זיך אפ פון אלע זיינע וואוילטאגן און נעמט אויף זיך שרעק און אנגסטן און פיינטשאפט און צרות וואס פעלקער טוען אן אידן די דאזיגע תשובה וועט אים שוין ממילא ברענגען די אלע פייניגונגען"[66].
ער האט שטארק ביטער גערעדט קעגן די וואס פלעגן מחמיר זיין פון ריין קנאה[44].
אין זיינע שפּעטערע יארן איז ר' איסרליין אנגענומען געווארן אלס גייסטישער פירער פון די אשכנזישע אידן אין עסטרייך און דייטשלאנד, און זיינע מיינונגען אויף שווערע אדער צווייפלהאפטיגע פראגעס פון הלכה אדער דיני ממונות זענען געזוכט געווארן ווייט און ברייט[39]. רבי יעקב ווייל, וואס איז געווען ר' איסרליינ'ס עלטערער צייטגענאס, האט זיך צו אים באצויגן מיט דרך ארץ און אנגעגעבן אז ר' איסרליינ'ס פסקים קענען נישט געביטן ווערן[67]. רבי משה מינץ האט אים גערופן "ריש גולה נר ישראל נשיא נשיאי"[68].
רבי איסרלען האָט געדאַרפט באהאנדלען פאלן פון אומגערעכטיגקייט און געוואלד אין די אידישע געמײנדעס, ווי אַן אינצידענט בײ אַ סוכות-פײערונג, ווען א מענטש האט צעבראכן דעם אקסל בײ אַן אנדערן[69]. ער האט אויך באהאנדלט מחלוקת בײ אידן, ווי די סיכסוך צווישן דוד פראנק אין נירנבערג מיט אַ מעכטיגן מענטש און דעם שטאָט-קאַנצלער[70].
אלס גייסטישער פירער האט ר' איסרליין נישט געוויזן קיין פּארטייאישקייט צו בארימטע רבנים אדער מעכטיגע פרנסים, און מיט קראפט זיך קעגנגעשטעלט יעדע מיסבאהאנדלונג פון די פשוט'ע מענטשן[71]. דורך זיין השתדלות און פערזענליכע אויטאריטעט האט ער פארמיטן א קאנטראווערסיע צווישן די דייטשע קהילות פון דעם ריין געגנט, ווען רבי זעליגמאן אפּנהיים פון בינגען האט געפּרואווט ארויפצואווארפן פארשידענע תקנות אויף זיי. מהר"י איסרלין האט אָפן דערקלערט, אז ר' זעליגמאנ'ס אויפטו איז קעגן דעם דין און קעגן דעם מנהג[72] און צו אים האבן מסכים געווען די גרעסטע רבנים אין דייטשלאנד[73].
די קארעספּאנדענץ וועגן א פרשה אין ברין צייגט זיין צענטראלע ראלע אין דער רבנישער נעץ. די פרשה האט זיך באצויגן שפרה, א אידישע ביזנעספרוי אין מעהרן. אין יאר רי"ב איז זי ארעסטירט געווארן אין ברין פאר שטייער שווינדל. איר לעבן איז געראטעוועט געווארן דורך טייל מיטגלידער פון דער לאקאלער אידישער געמיינדע, וואס האבן אין אויסטויש פאר שפרה'ס לעבן אויפגעגעבן זייערע פינאנציעלע טענות צו זייערע קריסטליכע שכנים. איין מיטגליד פון דער געמיינדע האט איינגעוויליגט צו דער אפמאך נאר אונטער דער באדינג, אז די אנדערע מיטגלידער וועלן אין אויסטויש באצאלן זיינע פינאנציעלע פארלוסטן. דער פאל איז זייער אינטענסיוו דיסקוטירט געווארן אין די קארעספאנדענצן פון צייטגענאסן רבנים, און האט זיך קאנצענטרירט ארום ר' איסרליין. אין ר' איסרליין'ס בריוו צו רבי אליהו פון פּראג, האט ער קאררעקטירט ר' אליהו'ס הלכה׳דיגע ארגומענט וועגן קאנפיסקירן די אייגנטום פון א "מוסר". ר' איסרליין האט באפרייט "זיי" אויף יסוד פון "אנדערע ארגומענטן". ר' איסרליין האט גענוצט סימבאלישע געוואלט ווי דערנידערונג און חרם אלס לעצטע וואפן. ער האט באראטן רבי ישראל ברונא אין זיין סכסוך מיט משה. ער האט געדריקט ר' אליהו פון פּראג צו באשטראפן משה (וועלכער איז געווען ר' אליהו'ס קרוב)[74].
ר' איסרלין האט זיך נישט צוטון געמאכט פון דעם דאן פארשפּרייטן איינפיר, אז וויבאלד א הון שרייט ווי א האן מוז מען איר באלד קוילן[75]. ער איז אויך געווען קעגן דער תפלה "מכניסי רחמים", וואס מ'זאגט ביי נעילה ווייל דארט ווענדט מען זיך צו מלאכים. ער האט דערביי געבראכט א קלוג ווארט פון אן אנדער רב: א גאנצן טאג (יום כפור) האבן מיר גערופן צום האַר (גאט), און איצט סוף טאג זאלן מיר רופן צו זיינע דינער (מלאכים)?[76]. ער האט אויך נישט מקפיד געווען אויף דעם מנהג "תשליך"[77].
ר' איסרליין האט געראטן וועגן אידישע און דייטשע אויסלייג אין שטרות[78]. ער שרייבט וועגן דעם שטאט ראטנבורג, אז א דאפּלטע נ' איז איבריג. אויך איז ער דן צי עס קומט מיט א ג' צום סוף אדער א ק', אזוי ווי ווירצפורג, אויגסבורג, שטראסבורג, נורנבערג, רעגנשפּורג, מארפּורג[79]. וועגן דעם אויסשפּראך און אויסלייג פון די אותיות כ', ח', און ה'[80]. ער האט געוויזן א קריטישן זינען אין זיין ארבעט. צום ביישפּיל, ביי די באהאנדלונג פון א לייענונג האט ער פארגלייכט זעקס פארשידענע מאנוסקריפּטן פון סמ"ג. ער איז אויך געווען באקאנט מיט געפעלשטע דאקומענטן באזירט אויף וואסערצייכנס[81].
פאמיליע לעבן
רבי איסרלנ'ס פאמיליע איז געווען נישט בלויז רבניש פראמינענט, נאר אויך טייל פון דער רייכער סוחרים קלאס פון עסטרייכישן אידנטום. ר' ישראל'ס מוטער, ווייב און שנור זענען געווען גוט-געבילדעטע, רעליגיעז אקטיווע פרויען, וואס האבן אויך אנטייל גענומען אין די פאמיליע'ס געשעפטס-אונטערנעמונגען. זיין מוטער, וועמענס נאמען איז נישט געבליבן, איז געווען זייער א פרומע פרוי[82], און איז אומגעקומען אין דער ווינער גזירה אין קפ"א. ר' איסרלן פלעגט פאסטן ביי איר יארצייט, ט' ניסן[83].
רבי איסרליינ'ס פרוי, שונדליין (שיינדל), איז אויך געווען א הויך-געבילדעטע און פרומע פרוי, מעגליך פון אַן אנגעזעענער אפּשטאמונג. זי האט פּערזענליך בודק חמץ געווען אירע פּריוואטע צימערן פאר פסח[84]. זי האט אפילו געשריבן א תשובה אין אידיש אויף הלכות נדה בשם איר מאן[85]. שיינדל איז נפטר געווארן פאר איר מאן. זיי האבן געהאט פיר זין: פתחיה (גערופן קעכל), אברהם, שלום, און אהרן[86]. זיין איינציגע טאכטער, מושקאַט, איז געשטארבן אלס קינד[87]. זיין שנור רעדיל, ווארשיינליך די ווייב פון זיין זון פתחיה, האט געלערנט ביי אַן אלטן פארהייראטן מאן מיטן נאמען ר' יודל סופר[88]. רעדיל האט געמאכט קליינע הלוואות צו די זונות פון ווינער נוישטאדט, וואס ר' איסרלן האט נישט באטראכט אלס אוממאראליש[89]. ר' איסרלן פלעגט בענטשן זיינע שנורן יעדן מוצאי־שבת[90].
ספרים
רבי ישראל איסרליין האט געשריבן עטליכע וויכטיגע ווערק, וואס האבן געהאט א ברייטע און טיפע השפּעה אויף דער הלכה־ליטעראטור. רבי ישראל איסרליין האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שרייבעריי, מיט אריגינעלע געדאנקען און לעגאלע קלארקייט. זיין לשון־קודש שריפט איז געווען פליסיג און פונקטליך, מיט גוטער גראמאטיק און וואקאליזאציע. זיין שפּראך איז נישט געווען פריי פון "דייטשמעריזמען"[91].
תרומת הדשן
רבי ישראל איסרליין איז בעסטנס באקאנט פאר זיין הויפט־ווערק, "תרומת הדשן". דאס ווערק איז משמעות'דיג געשריבן און רעדאקטירט געווארן דורך ר' איסרליין אליין. דער נאמען פון דעם ספר קומט דערפון וואס עס ענטהאלט 354 שאלות ותשובות, וואס איז דער גימטריא פון "דשן". דער ספר באהאנדלט א ברייטע רייע טעמעס פון הלכה און מנהג און גיט אַן עכטן בילד פון דעם דעמאלסטיגן אידישן לעבן. עס איז איינער פון די וויכטיגסטע מקורים וואס האבן באהיטן די אשכנזישע הלכה'דיגע טראדיציעס און מנהגים, און עס האט געדינט אלס א וויכטיגע מקור פאר רבי משה איסרליש'ס "הגהות הרמ"א" אויפ'ן שולחן ערוך, וואס שפּעציפיצירט די אונטערשיידן צווישן ספרדישע און אשכנזישע מנהגים.
די טראדיציאנעלע מיינונג, וואס ווערט באשטעטיגט דורך א צאל פוסקים, איז אז רבי ישראל איסרליין האט אליין אויסגעטראכט די שאלות אין זיין "תרומת הדשן", און נישט געענטפערט אויף פאקטישע פראגן וואס זענען אים געשטעלט געווארן דורך מענטשן ווי אין טראדיציאנעלע תשובות-ספרים. דאס האט א הלכה'דיגער באדייט, ווייל אויב דער מחבר האט אליין פארמולירט די שאלה, זענען די דעטאלן אין דער שאלה נישט צופעליג, נאר אויסגעקליבן מיט א געוויסער כוונה[92]. דער חיד"א שרייבט, אז ר' ישראל איסרלן'ס תשובות זענען "נישט הלכה למעשה" (לשונו), נאר דער רב אליין האט אויפגעהויבן דעם ספק און אנטפּלעקט די תשובה[93]. דער ציל פון דעם איז געווען צו שארפן פאקטישע פראגן און צו געבן א פולשטענדיגן ענטפער, אדער צו צושטעלן אויטאריטעטיווע הלכה־ענטפערס פאר אנדערע רבנים איידער דער שולחן ערוך איז קאמפּאנירט געווארן. דער דאזיגער סטיל איז גענוצט געווארן ווי א פּעדאגאגישער מיטל צו מאכן תורה־פרינציפן מער אינטערעסאנט און שייכות'דיג פאר לערנער[94].
נאר מיט דער דרוק פון "לקט יושר" (פון זיין תלמיד רבי יוסף ב"ר משה) אין תרס"ג-ד, איז קלאר געווארן אז טייל פון די תשובות זענען יא באזירט אויף עכטע פראגן. דעריבער האבן 19טן און 20טן יארהונדערט חוקרים, ווי אברהם בערלינער און יעקב פריימאן, קוועסטיונירט די טראדיציאנעלע מיינונג. אבער אין פאקט פארנעמען די דאזיגע איבערלייגונגען פון לקט יושר ווייניגער ווי א זעקסטל פון די גאנצע שו"ת אין דער אריגינעלער "תרומת הדשן"[94]. תרצה קעלמאן האט באמערקט, אז פריע הלכה־מחברים האבן געוואוסט פון די דאזיגע פאראלעלן, אבער זיי האבן דאך אונטערגעשטראכן אז "תרומת הדשן" איז א קאמפאנירט ספר, באשאפן פאר לימוד און נישט פאר באשטימונג פון פאקטישע פאלן[95]. די לעצטע פארשונגען צייגן טאקע, אז "תרומת הדשן" איז מער א רעדאגירט ספר וואס רבי איסערליין האט געשריבן פאר לימוד און קלארקייט אין הלכה, נישט דווקא רעאלע בריוו־ענטפערס צו ספּעציפישע פּערזאנען[96].
דער "תרומת הדשן" איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין ווענעדיג אין רע"ט דורך דניאל באמבערג, און איז איבערגעדרוקט געווארן אין ש"ו. די פריצייטיגע דרוק פון זיינע ווערק באווייזט זייער פאפולאריטעט[97]. דער סדר פון די שו"ת זענען דורך די דריקער אויסגעשטעלט געווארן מער ווייניגער לויט דעם מוסטער פון "ארבעה טורים" פון רבי יעקב בן אשר, כאטש מיט פילע אָפּווייכונגען[98].
פסקים וכתבים
דער ספר איז דער צווייטער טייל פון "תרומת הדשן" און אנטהאלט 267 שו"ת, נישט אין אַ ספּעציעלן סדר. 87 פון זיי באהאנדלען חתונה-דינים, און די איבעריגע האנדלען מיט דיני איסור והיתר און דיני ממונות. די שו"ת אין דער זאמלונג זענען צירקולירט געווארן דורך ר' איסרליין׳ס תלמידים, און איז געזאמלט און רעדאגירט געווארן דורך איינער פון זיי נאך זיין פטירה, און איז ארויסגעגעבן געווארן צוזאמען מיט "תרומת הדשן" אין ווענעדיג, רע"ט[99]. "פסקים וכתבים" איז אנדערש פון "תרומת הדשן" ווייל עס אנטהאלט די נעמען פון די אריגינעלע באקומער פון די בריוו, ווי אויך ספעציפישע דעטאלן פון די סיטואציעס[100]. עס אנטהאלט אויך שו"ת וואס געהערן נישט צו ר' איסרליין, ווי למשל די סימנים קמה–קס, וואס זענען א זאמלונג פון דברי תורה פון רבי שלום פון ווינער-נוישטאט (העב'), און סימנים רמה–רמט געהערן רבי יעקב ווייל[101].
ביאורים על רש"י
"ביאורים על רש"י": קאמענטארן אויף רש"י'ס פירוש אויפ'ן תורה[102]. עס איז די וויכטיגסטע ווערק פון דייטשער תנ"כישער אינטערפּרעטאציע געשריבן אין שפּעט מיטלאלטער, און האט געווירקט אויף שפּעטערדיגע סופּערקאמענטארן. כאטש ר' איסערליין האט אנגענומען אז תרגום איז דער עיקר מיט וואס צו מעביר סדרה זיין, איז דאך זיין פּערזענליכע פּראקטיק געווען צו מעביר סדרה זיין אויך מיט רש"י[103]. זיין ווערק האט רעזאָנירט און האט געזען עטליכע דרוקן נאך דער ערשטער אויסגאבע אין רע"ט. זיינע אויסטייטשונגען זענען אויך געקומען צו א ברייטערער עפנטליכקייט דורך "צאינה וראינה", א פאלקס-ספר פאר פרויען. דער נאמען פון דער ווערק האט זיך געענדערט אין פארשידענע אויסגאבעס. דער פריעסטער מאנוסקריפּט ווערסיע, געשריבן אין ווינער־נוישטאַדט ביי ר' איסערליין'ס לעבן, האט עס גערופן "פּשטים על החומש". ווען עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין ווענעדיג אין רע"ט, איז די ווערק גערופן געווארן "ביאורים על פּירוש רש"י". די שפּעטערדיגע אויסגאבעס האבן מערסטנס געהאלטן דעם נאמען "ביאורים"[104].
אנדערע ווערק
- הגהות אויפ'ן שערי דורא.
- "ל"ו שערים": אויף די הלכות פון כשרות און איסור והיתר.
- "סדר גיטין": א האנטבוך פאר גירושין, וואס ווערט דערמאנט דורך געוויסע אויטאריטעטן, און קען זיין די באזע פאר דער פאָרעם פון גט אין רבי משה מינץ'ס תשובות.
עטליכע פיוטים און תפילות ווערן אויך צוגעשריבן צו אים. דריי פון ר' איסרליין'ס ליטורגישע שטיקלעך צייגן זיין טאלאנט, אבער נישט זיין פּאעטישע פעאיגקייט[44]. ער פלעגט אויך מאכן וויצן און רעטענישן ("קטפות") פאר חנוכה, באזירט אויף די דעמאלטדיגע שיעורים אין ישיבה[105].
טייל פון זיינע תשובות זענען אריין אין די שו"ת פון רבי יעקב ווייל און רבי ישראל ברונא[39].
"לקט יושר"
דער תלמיד פון רבי איסרליין, רבי יוסף בן משה (ר' יאסליין עסטרייכער), האט געשריבן "לקט יושר". דער ספר איז סיי א הלכה'דיגער קאמפּענדיום (איינע פון די פריעסטע ווערק צו אדאפטירן די סטרוקטור פון "ארבעה טורים"), און סיי א רעקארד פון רבי איסרליין'ס לעבן און פרומע מנהגים[11]. ר' יאסליין האט קלאר באשריבן זיין מאטיוואציע פאר שרייבן דעם ספר: ער האט געוואלט אויפנעמען די פסקים פון זיין רבי'ס לעבן, כדי ער זאל קענען געבן דעפיניטיווע ענטפערס צו אנדערע רבנים וואס האבן אים געפרעגט וועגן זיין רבי'ס פירונגען, ווייל ר' איסרליין איז שוין געווען אין זיינע לעצטע טעג[106].
"לקט יושר" איז א קוואל פאר פראזאישע דעטאלן פון ר' איסרליין'ס טעגליכן לעבן, ווי זיין אינדערפרי רוטין, ווי אויך סובסטאנטיווע פסקים און פרומע פירונגען. דער ספר איז געדרוקט געווארן אין תרס"ג–תרס"ד[11].
השפעה
רבי ישראל איסרלינ'ס ווערק האבן געהאט א גרויסע השפעה און ווערן ברייט ציטירט אין שפעטערדיגער פוסקים, און האט געהאט א טארקע ראָלע אין דער אנטוויקלונג פון אשכנזישע פסקים און מנהגים. דער רמא" ברענגט פיל פון ר' איסרלינ'ס פסקי הלכה אין "דרכי משה" אויפ'ן "טור" און אין די הגהות צום "שולחן ערוך". אפילו דער ספרדי'שער פוסק, רבי יוסף קארו, האט זיך ברייט באצויגן צו זיינע פסקים אין "בית יוסף"[107]. רבי יוסף טאיטאצאק האט שטארק געשעצט זיינע אויסדרוקן, פארגלייכנדיג זיי צו די פון דעם רא"ש[108]. אפילו רבי שלמה לוריא (מהרש"ל), וואס איז געווענליך געווען זייער אומאפהענגיג אין זיינע מיינונגען, האט באטראכט ר' איסרליין'ס מיינונגען אלס אויטאריטאטיוו[109].
ר' איסרליין ווערט אנגעזען ווי א איבערגאנגס־פיגור צווישן ראשונים און אחרונים, וועלכער האט קאנסאלידירט די אשכנזישע הלכה. זיינע ווערק אנטהאלטן אויך ווערטפולן מאטעריאל וועגן דער אלגעמיינער געשיכטע פון אידן אין דייטשלאנד אינעם 15טן יארהונדערט, ספעציפיש וועגן דער ארגאניזאציע פון קהילות און זייער רוחניותדיגן לעבן[39].
| תקופת חייו של רבי ישראל איסרלין על ציר הזמן |
|---|
|
|
ביבליאגראפיע
- ישראל איסרל טויבער, מקור ישראל, מונקאטש, תרס"ו (גוגל)
- משה גידעמאן, איבערזעצונג: נחום שטיף, אידישע קולטור־געשיכטע אין מיטלאלטער : אידן אין דייטשלאנד דאס xiv און xv יארהונדערט, בערלין: כלל פארלאג, תרפ"ב
- דוד תמר, "דמותו הרוחנית של ר' ישראל איסרלין", סיני, כרך לב (תשי"ג), ע' קעה–קפה אין פרויקט בן-יהודה
- תרצה קלמן, "מפגשים בטקסט: השימוש בספרי ר' ישראל איסרלין במרחבי זמן ומקום משתנים בראשית העת החדשה", חידושים בחקר תולדות יהודי גרמניה ומרכז אירופה 25.1 (2023): 173–204.
- אברהם בערלינער, אין: Monatsschrift für die Geschichte und Wissenschaft des Judenthums, XVIII (1869), 130–135, 177–181, 224–233, 269–277, 315–323 (דײַטש).
- שמואל קרויס, Die Wiener Geserah vom Jahre 1421 (1920), index s.v (דײַטש).
- שלמה איידלבערג, Jewish life in Austria in the XVth century (1962) (ענגליש).
- Tirza Kelman, "What Makes a Text Responsa? R. Israel Isserlein's Trumat Hadeshen as a Case Study", JLAS v30, 2022, p. 99–110
דרויסנדיגע לינקס
- מחבר:ישראל איסרלן, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- תרומת הדשן, טעקסט אויפ'ן "על־התורה" זייטל
- תרומת הדשן, אויף אוצר הספרים היהודי השיתופי
- תרומת הדשן, טעקסט אויף ספריא וועבזייטל
- איסרלין, ישראל בן פתחיה (1390-1460), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- Isserlein, Israel ben Pethahiah 1390-1460, HathiTrust
רעפערענצן
- ↑ אדער איסרלין. "איסרליין" איז דימינוטיוו פון "איסר", א כינוי פאר'ן נאמען "ישראל".
- ↑ גידעמאן, 24; בערלינער, 181; ביאורי מהרא"י, "קורות חיי רבינו", אויף תא שמע וועבזייטל.
- ↑ גידעמאן, 24, 199.
- ↑ בערלינער, 133. זעט איידלבערג, 39.
- ↑ ביאורי מהרא"י, בראשית, מח, יד. איבער דעם אויסלייג פון דער נאמען "קרעמז" זעט תרומת הדשן, סי' רלא; גידעמאן, 60.
- ↑ אין לקט יושר ב, 24 דערציילט ר' איסרלין אז ער האט געגעבן א נדר צו פארן קיין רעגענסבורג אויף קבר אבות, נאר ווייל ער איז קראנק געווארן האבן אים זיין פעטער ר' אהרן און ר' משה חנוכה מתיר נדר געווען. היות ווי די צוויי לומדים זענען אויך אומגעקומען אין דער ווינער גזרה, האט דאס מתיר נדר זיין געמוזט פארקומען פאר דעם יאר קפ"א, קומט אויס אז ר' איסרלינ'ס פאטער איז אויך געשטארבן פאר דער דאזיגער דאטע און איז צו קבורה געקומען אין רעגענסבורג.
- ↑ גידעמאן, 24. זעט ישראל י. יובל, "חכמים בדורם: המנהיגות הרוחנית של יהודי גרמניה בשלהי ימי הביניים", תשמ"ט, ז' 62.
- ↑ תרומת הדשן, סי' קד; לקט יושר ב, 24.
- ↑ Krauss, Die Wiener Geserah; איידלבערג, 40. ר' נתן ווערט דערמאנט אין פסקים וכתבים, סי' קסא און רנז. זעט יעקב פריימאנן, מבוא צו לקט יושר, עמ' XLVI.
- ↑ לקט יושר א, 112.
- ↑ 11.0 11.1 11.2 Dr. Tamar Ron Marvin, Coffee with Terumat ha-Deshen, Stories from Jewish History, יוני 25, 2025.
- ↑ בערלינער, 179; איידלבערג, 40.
- ↑ לקט יושר א, 41; ב, 50.
- ↑ פסקים, סי' קלח.
- ↑ Monatsschrift, יאר 1864, ז' 391, אנמערקונג 1גידעמאן, 52.
- ↑ פסקים, סי' קיב.
- ↑ גידעמאן, 52.[מקור פארלאנגט].
- ↑ בערלינער, 269; איידלבערג, 54.
- ↑ איידלבערג, 38.
- ↑ גידעמאן, 46.
- ↑ איידלבערג, 41.
- ↑ לקט יושר א, 112.
- ↑ לקט יושר א, 115.
- ↑ איידלבערג, 9, 38.
- ↑ שו"ת מהר"י ברונא, סי' קסא און אנדערע. לקט יושר א, 38.
- ↑ לקט יושר ב, 37.
- ↑ איידלבערג, 93.
- ↑ לקט יושר א, 31.
- ↑ לקט יושר א, 8.
- ↑ לקט יושר א, 109; לקט יושר ב, 39.
- ↑ לקט יושר ב, ז' XII.
- ↑ לקט יושר ב, 40, 109.
- ↑ לקט יושר א, 50, 51.
- ↑ לקט יושר א, 116.
- ↑ לקט יושר א, 50, 57.
- ↑ לקט יושר א, 97.
- ↑ לקט יושר א, 51.
- ↑ לקט יושר ב, 15.
- ↑ 39.0 39.1 39.2 39.3 Simha Katz, "Isserlein, Israel ben Pethahiah", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ שו"ת מהר"י ברונא, סי' רכח; בערלינער, 225.
- ↑ Herzog, D. “Die Träger Des Namens „Meisterlein’’ in Der Steiermark. Eine Untersuchung Zur Jüdischen Gelehrtengeschichte.” Monatsschrift Für Geschichte Und Wissenschaft Des Judentums, vol. 79 (N. F. 43), no. 1, 1935, p. 46.
- ↑ לקט יושר א, 44.
- ↑ איידלבערג, 43.
- ↑ 44.0 44.1 44.2 44.3 Solomon Schechter, Louis Ginzberg, "Isserlein (Isserlin) Israel ben Pethahiah Ashkenazi", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
- ↑ איידלבערג, 43.
- ↑ לקט יושר א, 129.
- ↑ לקט יושר א, 140.
- ↑ לקט יושר ב, 50.
- ↑ פסקים, סי' קכח; בערלינער, 272; גידעמאן, 36.
- ↑ איידלבערג, 42.
- ↑ פון א כתב יד, געבראכט אין שו"ת חוט השני, סי' ח.
- ↑ פסקים, סי' רנה. זעט לקט יושר ב, 82.
- ↑ פסקים, סי' קלז.
- ↑ לקט יושר א, 30.
- ↑ בערלינער, 225.
- ↑ פסקים, סי' ס. לקט יושר ב, 31.
- ↑ לקט יושר א, 141.
- ↑ איידלבערג, 45–47.
- ↑ איידלבערג, 47–48.
- ↑ פסקים, סי' קיד.
- ↑ זעט פסקים ותשובות, סי' קלז. זעט: חיים ג'יי ברקוביץ, "השפעתם של חכמי ספרד הראשונים והאחרונים על הפסיקה האשכנזית בעת החדשה המוקדמת", ליבי במזרח א, תשע"ט, עמ' 35.
- ↑ פסקים, סי' קנו.
- ↑ לקט יושר א, 62.
- ↑ לקט יושר א, 21.
- ↑ פסקים, סי' פח.
- ↑ תרומת הדשן, סי' קצח.
- ↑ תשובות מהר"י ווייל, סי' קסא.
- ↑ תשובות מהר"ם מינץ, סי' יב, סאליניקי תקס"ב, דף י,ב.
- ↑ פסקים, סי' קי.
- ↑ פסקים, סי' קעד–קעו.
- ↑ איידלבערג, 42.
- ↑ פסקים, סי' רנב, רנג.
- ↑ איידלבערג, 42–43.
- ↑ Tamás Visi, "Halakha and Microhistory: The Shifra-Affair in Brno, 1452", PaRDeS, 16. (2010):20-49.
- ↑ לקט יושר ב, 6.
- ↑ לקט יושר א, 141.
- ↑ לקט יושר א, 131.
- ↑ פסקים ותשובות, סי' סז.
- ↑ פסקים, סי' קמב. בערלינער, 269; גידעמאן, 56–57.
- ↑ לקט יושר א, 70; ב, 40; תרומת הדשן, סי' רלא. גידעמאן, 58–59.
- ↑ Krauss, Die Wiener Geserah.
- ↑ זעט M. Keil, "'Maistrin' (Mistress) and Business-Woman. Jewish Upper Class Women in Late Medieval Austria," in: A. Kovács and E. Andor (eds.), Jewish Studies at the Central European University. Public Lectures 1996 – 1999 (2000), 93–108.
- ↑ לקט יושר א, 115.
- ↑ לקט יושר, או"ח, 81.
- ↑ לקט יושר, יו"ד (בערלין תרס"ד) עמ' 19.
- ↑ Martha Keil (2nd ed.), "Isserlein, Israel ben Pethahiah", Encyclopaedia Judaica, 2007. .
- ↑ לקט יושר, ב, 96.
- ↑ לקט יושר, ב, 37.
- ↑ לקט יושר, ב, 16.
- ↑ לקט יושר, א, 57.
- ↑ איידלבערג, ז' 57.
- ↑ זעט ש"ך, יורה דעה, קצו, ס"ק כ; טורי זהב, יורה דעה, שכח, ס"ק ב; בית שמואל, אבן העזר, קל, ס"ק כ.
- ↑ רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים אות י', סעיף תב (ברוקלין, 1958).
- ↑ 94.0 94.1 Yaakov Taubes, A “What If” Review: Hypothetical History, Science, and Halakhah, The Lehrhaus, July 5, 2022.
- ↑ Kelman, ז' 105.
- ↑ זעט Kelman.
- ↑ Kelman, זז' 101–102.
- ↑ זעט: יחזקאל פראם, "על סדר התשובות במהדורה המודפסת של ספר תרומת הדשן", עלי ספר, כ (תשס"ט), עמ' 81–96. אגב, זעט: פנחס רוט, "הסימן החסר בספר תרומת הדשן: הערה למאמרו של יחזקאל פראם", עלי ספר כא (תש"ע), עמ' 179–181, JSTOR 24159683.
- ↑ איידלבערג, 52.
- ↑ Kelman, זז' 102–103.
- ↑ איידעלבערג, 52–53.
- ↑ רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ספרים, רסט.
- ↑ לקט יושר, א, 54.
- ↑ Lawee, Eric (2015). "Biblical Scholarship in Late Medieval Ashkenaz: The Turn to Rashi Supercommentary". Hebrew Union College Annual. 86: 288–295. doi:10.15650/hebruniocollannu.86.2015.0265.
- ↑ לקט יושר א, 153. זעט בערלינער, 276.
- ↑ לקט יושר, אורח חיים (בערלין תרס"ג), עמ' 4.
- ↑ תרצה קלמן, "מפגשים בטקסט: השימוש בספרי ר' ישראל איסרלין במרחבי זמן ומקום משתנים בראשית העת החדשה", חידושים בחקר תולדות יהודי גרמניה ומרכז אירופה 25.1, תשפ"ג, עמ' 173–204.
- ↑ רבי שמואל די מעדינה, שו"ת מהרשד"ם, אבן העזר, סי' קנה.
- ↑ ים של שלמה, גיטין, פרק רביעי - השולח, כד: "דעת מהרא"י עיקר ... מדבריו אל תסור כי היה גדול ומופלג בימיו וראה מעשה וקבל הלכה, וידע לתוכן מאופני מנהיגי שלו לומדי אשכנז ואושטרייך שהיו חסידים ובעלי מעשה."