רוי:מארבורג
מאריבאָר (דייטש: מאַרבורג), אַ שטאט אין סטייערסקאָ (שטייערמאַרק) פראווינץ פון סלאָוועניע. אידן האבן דארט געוואוינט פון מיטל אלטער, געקומען פון צפון, מערסטנס פון דער ריינלאַנד געגנט. זיי זענען געווען געלט-לייער און האַנטווערקער, באַקאַנט נאָר מיט זייערע פאָרנעמען, אַזוי ווי 'מאיר', 'אייזיק' (יצחק), אדער 'מאָש' (משה). צווישן די געלט-לייער איז געווען אַן אברהם בן יעקב, און רבי בן פתחיה איסרליין, ווי אויך זיינע אייניקלעך זענען רעקאָרדירט אינעם 14טן יאָרהונדערט.
אידן האבן געוואוינט אין א געטאָ פון 1277; זיי האבן געמוזט טראָגן אַ געלע באַדזש. רבי איסרליין, לאָקאַל באַצייכנט אלץ ישראל מאַרבורג, האָט געווירקט אין מאַריבאָר ערגעץ אין די 1430ער יארן. די אידישע דאָקטוירים, חיים און מיכאל, ווערן באמערקט אין דאָקומענטן. צו פאַרהאַנדלען מחלוקתן צווישן אידן און קריסטן, איז אויפגעשטעלט געוואָרן אַ ספּעציעלער געריכט, באשטייענדיג פון אכט ריכטער, פיר פון זיי אידן, פאָרזיצנדיג פון א קריסט. שפעטער אבער, איז אַן איין מענטשנס אָפיס, גערופן יודענריכטער, צום עקזיסטענץ געקומען.
אין 1465 איז דער אידישער קוואַרטאַל אַרומגענומען געוואָרן מיט אַ וואַנט, טיילן פון וועלכער עקזיסטירן נאָך, גערופן "זשידאָווסקי שטאָלפּ" (אידנס טורעם). דאָס האָט פאָרמירט אַ טייל פון דער שטאט'ס פעסטונגען. דורך דעם עדיקט פון קייסער מאַקסימיליאַן דער ערשטער פון מערץ 1496 זענען אַלע אידן פאַרטריבן געוואָרן. זיי זענען מיגרירט קיין בורגענלאַנד אין צפון אָדער מערב צו טריעסט און איסטריע, טייל אפילו געוואַנדערט קיין פוילן. אין 1501 איז די שול פאַרוואַנדלט געוואָרן אין דער "קירכע פון אַלע שמייליגע". נאָר אין דער צווייטער העלפט פון דעם 19טן יאָרהונדערט זענען אידן ווידער צוגעלאָזט געוואָרן קיין מאַריבאָר. זיי זענען צום ערשטן פאַרבונדן געווען מיט דער גראַץ קהילה (עסטרייך), שפּעטער מיט יענער פון וואַראַזשדין (קראָאַטיע). אין די פריע 1930ער יאָרן זענען בערך הונדערט אידן באמערקט געוואָרן.
קיין אידן וואוינען יעצט נישט אין מאַריבאָר. די שול איז געהיט געוואָרן און רענאָווירט געוואָרן און ווערט גענוצט אַלס אַ קולטורעלער צענטער.
ביבליאָגראַפיע: א. ראָזענבערג, געשיכטע פון די אידן אין סטייערמאַרק (1914); ה. שולזינגער, אין: יעוורעיסקי אַלמאַנאַך, וורשאַץ, 5690 (1929/30); מ. דעטאָני, אין: יעוורעיסקי אַלמאַנאַך 1957–58, זז'. 72–74 (מיט אילוסטראציעס).