רוי:רבי חיים האגער (תורת חיים)

רבי חיים האגער
דער אוהל אויף די קברים פון רבי חיים קאסובער און זיינע קינדער
דער אוהל אויף די קברים פון רבי חיים קאסובער און זיינע קינדער
געבורט ה'תקנ"ה
פטירה מאי 23, 1854 (אלט: 59 בערך)
כ"ה אייר ה'תרי"ד
ווייב צפורה, טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שפיטיווקא
טאטע רבי מנחם מענדיל, דער 'אהבת שלום' פון קאסוב
מאמע שיינא רחל
קינדער רבי יעקב שמשון האגער רבי יוסף אלטער האגער רבי מנחם מענדיל האגער
צווייטער קאסובער רבי
י"ז חשון ה'תקפ"וכ"ה אייר ה'תרי"ד
תורת חיים, גרויסווארדיין, תרפ"ז

רבי חיים האגער (ה'תקנ"הכ"ה אייר ה'תרי"ד) איז געווען דער צווייטער רבי אין דער קאסוב-וויזשניץ דינאסטיע, באקאנט אלס דער "תורת חיים", גערופן נאך זיין ספר.

ביאגראפיע

רבי חיים איז געבוירן אין יאר תקנ"ה צו רבי מנחם מענדיל, "דער אהבת שלום" (א זון פון רבי יעקב קאפיל חסיד), און מרת שיינא רחל, א טאכטער פון רבי שמואל שמחה זימל קאך פון קאסוב. ער האט חתונה געהאט מיט רביצין מרת ציפורה, א טאכטער פון רבי יהודה מאיר שפירא פון שפיטיווקא (זון פון רבי פנחס קאריצער און איידעם פון רבי יעקב שמשון פון שפיטיווקא). אנהייב איז ער געגעסן קעסט ביי זיין שווער אין שפיטיווקא, און נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות, אום י"ז חשון תקפ"ו, איז ער אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו ברבנות און אדמו"רות אין שטאט קאסוב.

ער איז געווען באקאנט אלס א למדן און די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים.

אויך איז ער געווען באוואוסט מיט זיין שארפקייט, עקסטער אין זיין הנהגה מיט די שוחטים אין קאסוב. ער איז געווען באקאנט מיט זיין הכנסת אורחים. ער האט "געקאכט" אין שבת קודש ווי זיין פאטער; ער פלעגט מקבל שבת זיין זייער פרי.

ער איז נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תרי"ד. ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.

פאמיליע

זיינע קינדער:

זיינע ספרים

  • תורת חיים
  • תורת חיים תנינא

צו ליינען מער

רעפערענצן

  • מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה