רוי:רבי דוד האגער (לאנדאן)

רבי דוד האגער
געבורט כ"ח כסליו תש"כ
ניו יארק
טעטיגקייט אָרט לאנדאן, ענגלאנד
דינאסטיע וויזשניץ מאנסי
קינדער מנחם שלמה האגער
שיינא רחל האגער
לוי יצחק האגער
יעקב יוסף האגער
חיים מאיר האגער
יענטא שטערנבוך
ישראל האגער
מרגליא פיש
טראנא ערנסטער
חוה טווערסקי
6'טער וויזשניץ מאנסי'ער רבי
פון ניסן תשע"ח

רבי דוד האגער (געבוירן כ"ח כסלו ה'תש"כ) איז דער היינטיגער וויזשניצער רבי אין לאנדאן, ענגלאנד.

לעבענסגעשיכטע און טעטיגקייט

רבי דוד האגער איז געבוירן געווארן אין וויליאמסבורג צו זיין פאטער רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי אין מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווירער רבי, און גרינדער פונעם שטעטל שיכון סקווירא. דער רבי הייסט נאך זיין עלטער זיידע, רבי דוד'ל טווערסקי פון סקווירא. ער האט געלערענט אין וויזניצער תלמוד תורה אין מאנסי[1] און אין דער טשעבינער ישיבה אין ירושלים. שוין אלס בחור, איז רבי דוד געווען באקאנט אלס א תלמיד חכם, און האט זיך פארהערט אויף גאנץ ש"ס ביי זיין טאטע. אין יאר ה'תשל"ח, האט ער חתונה געהאט צו זיין רעביצין מרת חנה מרים, טאכטער פון רבי משה טויב, קאלובער רבי פון אמעריקע.

לויט דעם באפעל פון זיין פאטער איז ער באשטימט געווארן רב פון די וויזשניץ-מאנסי חסידים אין לאנדאן (סטעמפארד היל), דארט וואו ער האט זיך ערווארבן א נאמען. לאנגע יארן איז דער רבי געזעסן אין כולל מנחת יצחק, אפילו נאכדעם וואס ער האט איבערגענומען די רבנות אין לאנדאן. ער איז באקאנט אלס א באטעמטער איד און אלס א מורא'דיגער בעל חסד, וואס העלפט ארויס צעבראכענע אידן. זיין שטוב איז אלעמאל געווען אפן פאר געסט, און וויזשניצער חסידים האבן געוואוסט, אז טאמער מען פאלט אריין צופעליג אין לאנדאן קען מען אייביג איינשטיין ביים רב וואס איז א גרויסער מכניס אורחים. עס האבן זיך געדרייט ביי אים אלע יארן פארשידענע מיטגעמאכטע מענטשן, גייסטיש-קראנקע מענטשן, צעבראכענע אידן, משולחים און נאך, און דער רבי מיט זיין אויסערגעוונליכער גוטמוטיגקייט האט אלע באהאנדלט מיט כבוד און ליבשאפט. דער רבי איז אויך בארומט אלס א איד וואס מאכט נפשות. ער באשעפטיגט זיך מיט קירוב פון אידן וואס זענען ווייט פון אידישקייט, תורה ומצוות, פונקט אזוי ווי זיין שווער דער קאלובער רבי.

דער רבי האט אויך א סצפיעלע געפיל צו העלפן בחורים וואס מוטשן זיך ברוחניות. ער איז זייער מחזק די בחורים און רעדט אויך גאר אסאך ברבים וועגן דעם ענין, די רבי האט אויך געשריבן צוויי בריוון וועגן דעם ענין, איינס סיון תשפ"א וואו ער שרייבט אז אין ליכט פון דער טראגעידיע אין מירון וואו מ'האט געזען די אהבת ישראל פון כלל ישראל אז יעדער זארגט זיך איינער פארן אנדערן, איז ער נתעורר געווארן אז מ'דארף זיך אויך זארגן פארן רוחניות פון אנדערע יודן, ער שרייבט אז ווער עס קען זאל אלס זאגן א גוט ווארט פארן צווייטן, און אזוי ווי יעדער שטאט פארמאגט א חברה הצלה דארף מען אויך אויפשטעלן אן ארגאניזאציע וואס וועט ראטעוון די וואס זענען אין א סכנה ברוחניות. די צווייטע בריוו האט ער געשריבן אלול תשפ"א וואו ער שרייבט אז ער וועט אויפמאכן אזא ארגאניזאציע איו לונדון וואס וועט זארגן פאר די אלע בחורים, דער גאנצער ענין איז אנגענומען געווארן צווישן תושבי לאנדאן מוט גאר גרויסע פרייד און שעצע.

כ"ט אדר ה'תשע"ח, נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז ער געקרוינט געווארן רבי, אינאיינעם מיט זיינע אנדערע ברידער און זיין נעפע רבי יעקב יוסף האגער פון בארא פארק. אין דעם ערשטן שבת, האבן זיך באטייליגט הונדערטער אידן פון גאנץ אייראפע.

דער רבי איז זייער פאפולער אין לאנדאן נישט נאר ביי די וויזשניצער חסידים, נאר אויך ביי דעם אלגעמיינעם חסידישן עולם זייענדיג פון די איינציגסטע רבי'ס אין לונדון.

קינדער

רבי דוד און זיין רעביצין מרת חנה מרים האבן צוזאמען צען קינדער. זיי זענען ווי פאלגנד:

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 71

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!