רוי:נאפאלעאן באנאפארטע

נאפאלעאן

נאפאלעאן באנאפארטע (פראַנצויזיש: Napoléon Bonaparte‏; געבוירן Napoleone di Buonaparte; ‏15טן אויגוסט 17695טן מאי 1821) באקאנט אויך אלס דער ערשטער נאפאלעאן איז געווען א גענעראל אין דער פראנצויזישער רעוואלוציע און שפעטער דער צאר און געוועלטיגער פון פראנקרייך פון ה'תקנ"ט (1799) ביז ה'תקע"ה (1815) און גרינדער פון דער ערשטער אימפעריע. ביי זיינע שפיציגע יארן האט ער געפירט פראנקרייך צו א מלחמה און זיי האבן באזיגט רוב מערב און מיטל אייראפע.

נאפאלעאן האט דאמינירט אייראפעאישע און וועלטליכע ענינים איבער מער ווי א יארצענדלינג ווען ער האט געפירט פראנקרייך קעגן פארשידענע לענדער אין די נאפאלעאנישע מלחמות און אין רוב פון זיי האט ער געזיגט ביז ער האט אויפגעשטעלט א גרויסע אימפעריע וואס האט געהערשט איבער דער יבשה פון אייראפע ביז זי איז ענדלעך איינגעפאלן אין 1815. ער איז געווען איינער פון די גרעסטע קאמענדאנטן אין דער גאנצער היסטאריע, און מען שטודירט זיינע קריגן און קאמפאניעס אין מיליטערישע שולעס איבער דער וועלט.

נאפאלעאן האט געהאט א שטארקן טרעף אויף דער מאדערנער וועלט מיט וואס ער האט איינגעפירט ליבעראלע רעפארמען צו די פארשידענע טעריטאריעס וואס האט ער האט איינגענומען, ספעציעל די נידערלענדער, די שווייץ און גרויסע טיילן פון היינטיגע איטאליע און דייטשלאנד.

פריערדיגע יארן

נאפאלעאן איז געבוירן אין קארסיקע 15 אויגוסט 1769, איין יאר נאכדעם וואס פראנקרייך האט אנגעהויבן צו הערשן דארט. אין 1779 איז נאפאלען, אלט ניין יאר, געפארן צום ערשטן מאל קיין פראנקרייך צו שטודירן. אנהייב יאנואר האט ער געלערנט פראנצויזיש פיר מאנאטן אין א רעליגיעזער שולע אין אטון. זיין מוטערשפראך איז געווען קארסיש; זיין גאנצע לעבן האט ער גערעדט פראנצויזיש מיט א קארסישן אקצענט, און ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט אויסלייגן פראנצויזיש געהעריג. אין מאי האט ער אנגעהויבן שטודירן אין א מיליטערישער אקאדעמיע אין בריען-לע-שאטא.

ווען ער האט געענדיגט אין בריען אין 1784 איז ער אריין אין דער מיליטערישער שולע אין פאריז. דארט איז ער געווארן אויסגעשולט ווי אן ארטילעריע אפיציר, און האט ער גראדואירט ווי א צווייטער לייטענאנט פון ארטילעריע. ער איז געווארן פארהערט דורך דעם בארימטן וויסנשאפטלער פיער-סימאן לאפלאס.

זיין אנהייב קאריערע

נאפאלעאן איז געוואקסן אלס פירער פון פראנקרייך ביי די וועלטליכע איבערקערעניש וואס איז באקאנט מיטן נאמען "די פראנצויזישע רעוואלאציע". געווען איז דאס ווען מען האט ארונטערגעזעצט דעם קעניג לואי דעם זעכצנטען מיט זיין ווייב די קעניגן מארי אנטואנעט, מען האט זיי געכאפט ווען זיי זענען אנטלאפן פון לאנד און זיי זענען דערמארדעט געווארן דורך די מאסן.

אין יענע טעג האט זיך ארויסגעשטעלט דער יונגער אפיצער נאפאלעאן, נאך דער רעוואלוציע איז ער גאר שטארק געשטיגן אין די מיליטער ראנגען, און זייענדיג אלט דריי און דרייסיג יאר איז ער אין יאהר ה'תקס"ד געקרוינט געווארן אלס קייסער אויף גאנץ פראנקרייך.

ביי די היסטאריקער ווערט נאפאליאן באטראכט ווי "דער טאטע פון די מאדערנע צייט". זיין אנדעק איז געבליבן אלס איינער וואס האט אפגעשאפן געזעלשאפטליכע דיפרענצען און האט געשאנקען גלייכבארעכטיגונג און דעמאקראטיע פאר אלע בירגער צוגלייך.

אין זיינע צייטן איז פראנקרייך פארוואנדלט געווארן אלס א ריזיגער אימפעריע. עס איז געווען א תקופה אין זיינער צייט וואס כמעט גאנץ אייראפע איז איינגענומען געווארן דורך דער פראנצויזישער ארמיי. ווי ער און זיין מיליטער האבן געשטעלט א פוס האבן זיי אריינגעברענגט פרייהייט און מאדערנקייט. אזוי האבן זיי אויסגעשפרייט פרייהייט לענגאויס גאנץ אייראפע.

זיין רייזע קיין ארץ ישראל

אין 1798 האט די פראנצויזישע רעגירונג ארויפגעלייגט אויף נאפאלעאן די פליכט איינצונעמען עגיפטן פון די בריטישע. די עיקר ציל פון דער פוסרייזע איז געווען אפצורייסן בריטאניע, דעם געשוואוירענעם פיינט פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע, פון אינדיע, דורך אנגרייפן זייערע אליאירטע, די מאמעלוקן.

נאפאלעאן האט אינגיכן איינגענומען קיירא, אבער ער איז אפגעריסן געווארן פון פראנקרייך ווען דער פראנצויזישן ים־פלאט איז אומגעברענגט געווארן דורכן בריטישן אדמיראל הארעשא נעלסאן ביים קאמף פון אבוקיר. נאפאלעאן האט קאנסאלידירט זיין הערשאפט אין עגיפטן און האט אנגעהויבן באוועגן לענגאויס דעם בארטן פונעם מיטלענדישן ים אין דער ריכטונג פון ארץ ישראל. ער האט איינגענומען אלע בארטן־שטעט פון יענער תקופה: על אריש, עזה און יפו, וואו זיינע זעלנער האבן געשאכטן 2,000 טערקישע געפאנגענע. נאכהער האט זיין מיליטער פראגרעסירט קיין צפון, און זיי האבן איינגענומען חיפה און דעם יזרעאל טאל.

אין 1799 האט נאפאלעאן באלעגערט עכו צוויי מאנאטן אבער די שטאט, אונטער דער הערשאפט פון אחמאד פאשא אל דזשאזאר, אוז געווען גוט באפעסטיקט און האט זיך פארטיידיקט מיט דער הילף פון א טערקישער ארמיי וואס איז אנגעקומען פון סיריע, און מיט דער הילף פון בריטישע קראפטן אונטער דער קאמאנדע פון אדמיראל סידני סמיט. טייל האלטן אז נאפאלעאנ'ס קאמוניקאט אין גאנג פון דער מלחמה לויט וואס טאמער ער וועט דערפאלגרייך אייננעמען דאס לאנד וועט דאס לאנד ווערן צוריקגעגעבן צו די אידן, איז געווען בכוונה איינצונעמען דאס הארץ פון חיים פרחי, ראטגעבער און אנגעטרויטער פון אל דזשאזאר. ענדלעך האט נאפאלעאן נישט באוויזן איינצונעמען עכו, און זיין מיליטער האט געקערט צוריק קיין עגיפטן. אין אן אלטער צייטונג איז נאפאלעאן דערגאנגען די פארלוסט פון איטאליע צו עסטרייכער און רוסישע קראפטן און דער כאאס וואס הערשט אין לאנד. ער האט געזאמלט ארום זיך 500 מענטשן און איז אפגעפארן אין א גיכער שיף קיין פראנקרייך. דעם קערן פון דער ארמיי איז געבליבן אין עגיפטן אונטער דער פירערשאפט פון זשאן באטיסט קלעבער.

די תקופה ווען נאפאלעאן איז געווען אין עגיפטן האט געהאט א קולטורעל חשיבות אויסער דעם וואס זי האט געהאט א מיליטעריש חשיבות: נאפאלעאן אליין, און פארשער וואס זענען געקומען מיט אים, האבן ארומגעזוכט עגיפטן פאר ארעכאלאגישע אויסגעפינסן. אין יענער תקופה האט אנגעהויבן די פארשונג וועגן אוראלט עגיפטן, מען האט אנטפלעקט די קברים און מומיעס פון אירע מלכים, און מ'האט אנטפלעקט די ראזעטע שטיין (מיט וועמענס הילף האט מען שפעטער דעשיפרירט די אלטע עגיפטישע שריפט "היעראגליף" דורך זשאן פראנסוא שאמפאליאן). דערצו, האט נאפאלעאנ'ס אינזשעניריע־מיליטער אויסמארקירט דעם ראיאן און האט געשאפן א פרטימדיקע מאפע (די זשאקאטען מאפע) וואס מ'האט געניצט דורכאויס דעם 19טן יארהונדערט ביז די בריטישע האבן אויסמארקירט ארץ-ישראל.

די מלחמה מיט רוסלאנד

דאס האט אנגעהאלטן ביז ער איינגענומען רוסלאנד, און דאן האט ער זיך געמוזט פארמעסטן מיט גענעראל ווינטער, און דארט איז געווען זיין דורכפאל.

געווען איז דאס ווען ער האט איינגעומען כמעט גאנץ רוסלאנד, ער האט געהערשט אין רוסלאנד מיט אן ארמיי פון זעקס הונדערט טויזענט מאן, און איז אנגעקומען צו די טויערן פון מאסקעווע. די רוסן האבן זיך דערטראכט צו א חכמה, זיי האבן אונטערגעצונדען די גאנצע שטאט מיט אלע זאכן דערין, מיט אלע שפייז, פלוצלונג זענען די פראנצויזן געבליבן אן א דאך איבערן קאפ, זיי האבן נישט געהאט צו עסן, נישט קיין קליידונג, ווייט אוועק פון זייער היימלאנד, און דאס האט זיי געצוואונגען צו פארלאזן די שטאט, עס האט געבוזשוועט א קעלט, ער האט זיך געפלאגט אין די רויסישע קעלט גענעראל ווינטער האט נישט נאכגעלאזט די פראנזצויזן זענען געפאלן ווי פליגן, נאפאלעאן איז צוריק אנגעקומען קיין פראנקרייך מיט בלויז פערציג טויזנט סאלדאטן,

מען האט אים דאן ארונטער געזעצעט און אים פאר'משפט, און מען אים געשיקט אוועק צום סאנט העלענע אינזל וואו ער האט דארט אויסגעלעבט זיינע יארן, און געשריבן ביכער.

קעגן בריטאניע

אין 1803 האט בריטאניע פראקלאמירט נאכאמאל מלחמה קעגן דער הערשאפט פון נאפאלעאן. דעם 21סטן אקטאבער 1805 איז נאפאלעאנס פלאט געזיגט געווארן צוזאמען מיטן שפאנישן פלאט דורכן בריטישן ים־פלאט ביים קאמף פון טראפאלגאר. נאך דעם דורכפאל איז בריטאניע געווארן דער גרעסטער ים־מאכט אויף א תקופה וואס האט געצויגן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה.

אום 26סטן פעברואר 1815 איז נאפאלעאן אנטלאפן פון זיין גלות אויף עלבע. ער האט צאמגעשטעלט אן ארמיי וואס האט מארשירט אויף פאריז דעם 1טן מערץ 1815. די נעקסטע 100 טעג האט ער געהערשט איבער פראנקרייך. אום 18טן יוני 1815 האבן אן ארמיי אונטערן הערצאג פון וועלינגטאן און א פרייסישע ארמיי אים באזיגט ביים קאמף פון וואטערלו.

מ'האט געכאפט נאפאלעאן און אים געשיקט אין גלות אויפן אינזל סאנט העלענע אינעם אטלאנטישן אקעאן, וואו ער איז געשטארבן דעם 5טן מאי 1821.

זיינע באציאונגען מיט אידן

עס איז אינטעראסאנט ווייל עס זענען דא וואס זאגן אז ער איז געווען א אידן פריינט, פון דער אנדערער זייט איז דא וואס זאגן אז ער האט זייער פיינט געהאט אידן. דאס איז זיכער אבער אז צוליב איהם האט אנגעהויבן צו בוזשעווען פרייע ווינטן אין אייראפע, און פראנץ יאזעף מיט אנדערע קעניגן און מלוכה פירער, האבן נישט געהאט קיין ברירה אין געמוזט נאכגעבן פרייהייט פאר אידן. אפילו אין רוסלאנד זעלבסט, וואו דער צאר האט געוועלטיגט מיט א אייזערנע פויסט, און נאפאלעאן האט געמוזט פון דארט אוועקלויפן, זענען אבער זיינע פינגער אפדרוקן געבליבן, און אין איהר תרט"ז האט מען געמוזט געבן א געוויסן סארט פרייהיט פאר אידן.

ביי זיך אין פראנקרייך האט נאפאלעאן אויפגעשטעלט א סנהדרין, ער האט געוואלט זיי זאלן דן זיין דיני נפשות. דאס איז געווען צוליב דעם ווייל ער האט פארשטאנען אז אידן זענען זייער צוטיילט אין זייערע מיינונגען, און האט געוואלט האבן איין קערפערשאפט וואס זאל רעדן אין נאמען פון אלע אידן, דער ראש פון דער סנהדרין האט ער געשטעלט הר"ר דוד אפנהיים, דעם בעל מחבר פון ספר יד דוד, א גרויסער גאון, אבער דער גאון האט נישט מסכים געווען צו זיין דער ראש, ער איז געווארן ראש קעגן זיין מיינונג נאר וויבאלד דער מלוכה האט איהם געצוואונגען. פון דעם איז געבליבן דער קאנסיסטואר אלס אלגעמיינע אידישע קהילה אין פראנקרייך.

אסאך חסידישע רביים זענען זייער שארף געווען קעגן נאפאלעאן וויבאלד ער האט געברענגט פרייהייט פאר אידן, צווישן זיי איז באקאנט דער בעל התניא ר' שניאור זלמן פון ליאדי, רבי נחמן מברסלב און דער קאזשנישער מגיד.

ס'איז באקאנט אז דער תניא האט געזאגט ביים ליינען אנשטאט "נפול תפול" נאפאלעאן תפול, און דעמאלט האט זיך אנגעהויבן זיין מפלה.

אויך איז באקאנט ביי חסידים די נאפאלעאן מארש וואס דער בעל התניא פלעגט זינגען כדי אים צו מכניע זיין.

משפחה

אין יאר 1796 איז נאפאלעאן שוין געווען א הויכער אפיציר. ער האט געהייראט זשאזעפין דע באארנע, די אלמנה פון אן אדעל. זי איז געווען עלטער פון אים מיט זעקס יאר. אין 1809 האבן זיי זיך גע'גט, אייגנטלעך ווייל זי האט אים נישט געבוירן קיין יורש. דערנאך האט ער געהייראט מארי לואיז, די טאכטער פונעם קייסער פראנץ דער ערשטער פון עסטרייך. זיי האבן געהאט א זון נאפאלעאן, וואס איז אבער געשטארבן ביי דער עלטער פון 21 פון טובערקולאז.

לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!