יולי

זיבעטער מאנאט אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן
►► יולי ◄◄

יולי איז דער זיבעטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער פערטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי אפריל, וואס אין עיבור יארן איז עס אויך דער זעלבער טאג אין וואך ווען יאנואר האט זיך אנגעהויבן.

אין דורכשניט, איז עס דער ווארעמסטער מאנאט אין רוב פון דער צפון האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון זומער, און דער קילסטער מאנאט אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז דער צווייטער מאנאט פון ווינטער און איז גלייך צו יאנואר אין דער צפון האלבקיילעך.

אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל סרטן, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל אריה[א].

היסטאריע

 
זעלבסטשטענדיגקייט פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט געפייערט אין וואשינגטאן די סי, אום יולי 4

די רוימער האבן אריגינעל גערופן דעם מאנאט Quintilis אדער Quinctilis[2], "פינפטער" אין לאטייניש, וויבאלד עס איז געווען דער פינפטער מאנאט אין א קאלענדאר וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, אנגעהויבן מיט מארטיוס. עס איז שפעטער געווארן דער זיבעטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס, אבער דער אלטער נאמען איז ווייטער געבליבן.

נאך וואס יוליוס קייסער איז געווארן אומגעברענגט אין אן אטענטאט, איז רוים געשטאנען ביים שוועל פון א בירגער קריג. צווישן די רוימישע אריסטאקראטיע האבן אסאך געוואלט פארדאמען דעם פארשטארבענעם דיקטאטאר אלס א טיראן, אבער די מאסן האבן אים שטארק געשעצט. דער רוימישער סענאט האט באשלאסן צו נעמען די זייט פון די בירגער, און אין יענעם יאר באשטימט צו רופן דעם נאמען פון דעם זיבעטן מאנאט - אין וועלכן יוליוס איז געבוירן - נאך אים[3]. דער מאנאט האט אלעמאל געהאט 31 טעג.

יולי באצייכנט דער אנהויב פונעם צווייטן האלב יאר אין דער ציווילער קאלענדאר.

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  2. H.H. Scullard, Festivals and Ceremonies of the Roman Republic (Cornell University Press, 1981), p. 158; Bonnie Blackburn and Leofranc Holford-Strevens, The Oxford Companion to the Year (Oxford University Press, 1999), p. 669
  3. "Los Cielos de Agosto" (Spanish: "The Skies of August"), Jorge R. Ianiszewski, Circulo Astronomico, 2006, webpage: CirA-Agosto