דרעפט:רבי אהרן מרדכי רוטנער

רבי אהרן מרדכי רוטנער
הרב אהרן מרדכי רוטנר.jpg
געבורט אלול ה'תרפ"ז
פטירה כ"ט תמוז ה'תשפ"ג (אלט: 95)
ירושלים
השתייכות חסידות בעלז
תחומי עיסוק דיין, מקובל
תפקידים נוספים ר"מ בישיבת טשעבין
רבי'ס רבי אהרן רוקח, רבי אהרן פרסבורגר, רבי יוסף צבי דושינסקי

רבי אהרן מרדכי רוטנער (כ"ו אלול ה'תרפ"זכ"ט תמוז ה'תשפ"ג) איז געווען א געהויבענער בעלזער חסיד, מקובל, דיין אין בעלזא אין ירושלים און רב פון ישיבת טשעבין און ישיבת המקובלים שער השמים.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו רבי נחמן רוטנער, א רב און שו"ב אין בערעזיוו נעבן חוסט, און צו חנה, טאכטער פון רבי מאיר ווייס, דיין אין טעטש און בעלזער חסיד. אלס אינגל האט ער געלערנט אין ישיבה פון רבי שלמה זלמן פרידמאן אין ראחוב, און נאך דער בר מצוה האט ער געלערנט אין ישיבה פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד אין פאפא[1]. שפעטער האט ער געלערנט אין רבי אהרן פרעסבורגער'ס ישיבה אין באניהאד[2] און אין אונגוואר[אויסקלארונג פארלאנגט].

ביים צווייטע וועלט-מלחמה איז ער פארטריבן געווארן צו די מילדארף און אוישוויץ לאגערן, און האט דארט פארלוירן ביידע זיינע עלטערן. ער אליין איז שוין געווען אין די גאז קאמערן מיט א קליינע גרופע קינדער, אבער די נאציס האבן זיי ארויסגענומען מיט די טענה אז ס'איז צו א קליינע גרופע צו אויסנוצן אויף זיי די גאז[3]. נאך דער מלחמה האט ער געלערנט אין די די פי לאגערן פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם פון קלויזענבורג. ער איז דארט באפריינדעט געווארן מיט רבי שמואל צבי הורוויץ וואס האט אים שפעטער געשטיצט פינאנציעל און האט זיך אויך משדך געווען מיט אים. רבי אהרן מרדכי פלעגט אפצייכענען דער יארטאג פון זיין רעטונג פונעם האלאקאסט אין שבת פרשת אמור.

אין י"ב אדר תש"ז איז ער ארויף אויפ'ן מעפילים שיף שבתאי לוזשינסקי אינעם שטעטל מעטאַפּאָנטאָ, נעבן בארי, איטאליע כדי ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל. נאך בערך א וואך האט דער שיף געאנקערט אין ניצנים ווי ער איז ארעסטירט געווארן צוזאמען מיט די אנדערע פאסאנזשירן דורך די בריטישע, און איז גענומען געווארן צו א לאגער אין ציפערן וואו ער האט געוויילט ביז זיין ארויפגיין אויף ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל האט ער געלערנט ביי רבי יוסף צבי דושינסקי.

אלס בחור אין די יארן תשי"א–תשי"ב, האט ער געדינט אלס משב"ק פון רבי אהרן רוקח פון בעלזא. אין תשע"ב איז ארויס א קונטרס "ויעש כן אהרן", מנהגים און אמרות פון רבי אהרן פארצייכנט דורך רבי אהרן מרדכי.

זיין ברודער רבי יעקב בן ציון, רב פון חליסה, האט געזארגט פאר זיינע באדערפענישן, און אין טבת תשי"ג[4] האט ער פארהייראט[5] צו חיה טויבא (אוועק ב' תשרי תשס"ז), טאכטער פון רבי יוסף מאיר כהנא פון ספינקא ירושלים.

ער האט פיל געארבעט אויף אויפצושטעלן דעם תלמוד תורה מחזיקי הדת בעלזא אין ירושלים און האט אויפגעטריבן געלט פאר דאס בויען[מקור פארלאנגט].

ער איז אוועק כ"ט תמוז תשפ"ג און איז באערדיגט געווארן אין הר המנוחות גאנץ נאנט צום ציון פון זיין רבי'ן פון בעלזא.

פירונגען

ביז זיינע לעצטע יארן האט ער וועכנטליך געדאוונט קבלת שבת ביים כותל המערבי.

ער איז טעגליך געקומען צום טשעבינער ישיבה, וואו די תלמידים האבן דורכגערעדט מיט אים ענייני תורה וחסידות, און ער האט דארט צומאל אויך איבערגעגעבן שמועסן. אזוי אויך איז ער טעגליך געגאנגען אין ישיבת שער השמים און איינמאל א וואך האט ער געגעבן א שיעור אין חומש-רש"י און אלשיך אינעם בעלזער ישיבה אין ירושלים.

בחורים פלעגן עסן ביי אים שבת סעודות און צוזעהן זיינע אייגענארטיגע מנהגים. די סעודות האט ער אפגעראכטן אין די טינקל במשך א לענגערע צייט ווען אינמיטן לערנט ער שטיקלעך חסידישע ספרים. ער האט מקפיד געווען אליינס צו טיילן די עסן, און זיך נישט געלאזט באדינען.

יום כיפור פלעגט ער שלאפן אין שול.

שטעלונגען

ער האט זיך שארף קעגנגעשטעלט אויף דאס נעמען בילדער פון אים[מקור פארלאנגט].

ער האט זיך נישט פארלאזט אויף היתר עסקה וואס איז איינגעפירט היינט. ווען ער האט געדינט אלס מסדר קידושין האט ער מקפיד געווען אז די עדים זאלן נישט פארמאגן א באנק קאנטע אדער מארגעדזש, כדי צו זיין זיכער אז זיי ווערן נישט נכשל מיט א חשש פון איסור ריבית.

ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו טרינקען קאלטע געטראנקען[6]. די וואס האבן געגעסן ביי אים סעודות שבת זענען סערווירט געווארן בלויז הייסע טיי. שבת פרשת אמור, זיין יום הצלה, פלעגט ער אויך שטעלן א ווארימע באטל סאדע אויפ'ן טיש.

ער האט מחמיר געווען זיך נישט צו באניצן מיט עלעקטריע אין שבת, ווי די שיטת החזון איש.

פאמיליע

קינדער:

זיינע ברידער: יצחק אברהם (עביר) ווייס[7], פון די גרינדער פון שיכון ויז'ניץ אין בני ברק; רבי יעקב בן ציון רוטנער (נפטר כ' אדר א' תשנ"ב), רב פון חליסה געגנט אין חיפה.

דרויסנדיגע לינקס

הערות שוליים

  1. , "המבשר, ר"ח אב תשפ"ג"
  2. נאמנים ונחמדים, סיפורי צדיקים שסיפר אחיו רבי יעקב בן ציון רוטנר רבה של חליסה, סיוון תשע"ט, עמ' תרכ"ג.
  3. הספד פון הרב פנחס פרידמאן אויף רבי אהרן מרדכי
  4. דוד זילברשלג, צנצנת המן, חיפה תשע"ה, עמוד ת"ח (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  5. על פי ההסכמה שנתן לספר נאמנים ונחמדים.
  6. אזוי האט ער מקבל געווען פון זיין רבי'ן רבי אהרן פון בעלזא, זעט: יהודה דוב וינברג, קונטרס והשתיה כדת, לונדון תש"פ, עמוד ל"ד הערה פ"ח.
  7. ער האט געביטן זיין פאמיליע נאמען ווי זיין מאמע'ס מיידל נאמען, צו קענען אריבערגיין צווישן מדינות נאך די צווייטע וועלט-מלחמה. ער איז גערופן געווארן אין וויזשניץ "רבי עביר הגדול" צו פונאנדערשיידן פון אן אנדערער רבי עביר ווייס.