אויף דיין נייע בלאט אויף רבי אליעזר הקליר, עס איז געשריבן זאפטיג און קלאר! (אגב, די נקודה אויף דיין באניצער בלאט איז זייער שטארק)
באַניצער שמועס:רושם רשימות
א הארציגן דאנק פאר אייערע ווארעמע ווערטער...
כוכב הכותבים | |
עס איז א נחת צו זען אייערע ווערק, געשריבן אזוי שנעל און פלייסיג און פארט אזוי פראפעסיאנעל... לך בכחך זה! |
גם אני מצטרף בהתפעלות!
אגב, בנוגע צו דעם און נאכפאלגנדן רעדאגירונג, איר ווייסט קלאר אז רבי שמעי' האט אנגענומען זיין נאמען אלס שמעיהו מיט א ו'? עס ווערט להלכה באטראכט אלס צוויי נעמען, ווען טייל רופן זיך אזוי און טייל אזוי.
שוב מצאתי אז זיין מאמע האט געהייסן חנה ב"ר שמעיהו, ונראין הדברים אז איר זענט גערעכט.
איר קענט זען זיין מציבה
אין הערה 6
א גוטן רושם רשימות,
ווי איר קענט זען אין רעכטן לאגבוך, זענט איר באצייכנט געווארן "אויטאפּאַטראָלירט". איבער דעם באדייט דערפון קען מען ליינען אין בלאט "המכלול:מערכת בקרת שינויים (עב')". דער עיקר ציל פון דעם צייכענונג איז צו פארגרינגערן די ארבעט פון די מנטרים. אלעס וואס איר האט געקענט טון ביז היינט קענט איר ווייטער, צו דעם, קענט איר יעצט רעדאגירן בלעטער מיט "הגנה מוגברת" שיצונג, זען וויפיל רעדאגירער פאלגן נאך א בלאט (דורך "בלאַט-אינפארמאַציע" ביים רעכטן מעניו, אדער מיט די הילף פון סקריפט נומער 33 פון המכלול:סקריפטס), און זען דעם ספעציעלן בלאט באַזונדער:נישט אויפגעפאסטע בלעטער. וויבאלד אייערע רעדאגירונגען וועלן יעצט ווערן ווייניגער פאטראלירט, איז זייער געראטן צו ליינען די פאלגנדע וויכטיגע אנווייזונגען, אויב האט איר עס נאכנישט געטון: המכלול:שפראך (עב'), קוועלער קוואליטעט. |
הצלחה,
איך האב מיר דעמאנט צו שפעט, אבער בילדער וואס זענען דא זארפן זיין פריי צו ניצן, און מען דארף דעטאלירן די לייסענס. די בילדער פאר אייוועלט איז נישט געפערליך, פאר אקדמות קען שוין זיין ערנסטער.
איך וואונק שרגא וואס קען זיך בעסער אויס
ייש"כ.
איין בילד איז פון NLI, איינס קומט פון אוה"ח פארום, און די אנדערע איז פון אוצר החכמה
גם אני מצטרף. וואונדערבארע ארבעט!
און אויך איך. שכויעך!!
א גוטן רושם רשימות,
א דאנק פאר אייער שרייב ארבעט אין המכלול. א באניצער בלאט שטייט צו אייער באניץ, וואו איר קענט זיך דארט פארשטעלן פאר'ן עולם, און פארציילן איבער אייך און איבער וואס עס אינטערעסירט אייך. איר קענט זיך פארשטעלן אן ארויסגעבן פערזענליכע דעטאלן, אדער צולייגן באניצער קעסטלעך.
|
ביטע, אויב האט איר נישט מיט וואס דאס אנציפולן, לאזט דאס ליידיג, בעיקר ס'זאל נישט בלייבן רויט
גא"מ. לאמיר הערן אייערע פלענער איבער אונזער אידישע ענציקלאפעדיע.
הפלא'דיג דיינע גראמען! כ'האב נישט געוואוסט ווי גוט דו טויגסט! אייגנס?...
בקשר צו דעם רעדאגירונג, איך האב עס צוריקגעדרייט וויבאלד עס איז איינגעפירט צוליב כמה סיבות נישט צו לינקן דירעקט צו די ארטיקלען אין 'רוי' געביט. עס איז אויסגעשטעלט געווארן א סיסטעם וואס פארבינדט אויטאמאטיש צו די ארטיקלען, אויך ווען דער לינק אנטהאלט נישט 'רוי:'.
א שיינעם דאנק פאר דיין אויפמערקזאמקייט און פלייס. כה לחי!
א דאנק פאר'ן אויפמערקן. עס דוכט זיך מיר גראדע, אז כ'האב געזען ערגעץ אז דער ציל פון אימפארטירן רויע ארטיקלען פון די יידישע, איז כדי עס זאל נישט זיין אזויפיל רויטע לינקס.
אויב איר האט דזשאוואסקיפט אנגעצינדן אויף אייער בראוזער דארף עס נישט צו זיין קיין רויט־לינקס, עס ווערט גרין און פירט צום רוי ארטיקל דורך א ספעציעלע עקסטענשן. האט איר דזשאווא סקריפט אנגעצינדן?
מסתם איז עס געווען ווייל איך בין געווען אין עדיט מאוד. דארט זענען די לינקס רויט.
אגב, עס קוקט מיר אויס אז איר האט א געפיל צו שיפור הלשון. אויב איך מאך נישט קיין טעות, וועט אייך מעגליך זיין אינטערעסאנט א בליק צו טון אויף די דרעפטס, ובפרט די געענדיגטע דרעפטס און דרעפטס אין רוי געביט. אסאך פון זיי דארפן בלויז א שנעלע פוץ איבער אין שפראך בעפאר זיי זענען גענצליך גרייט.
ייש"כ פאר'ן צואווייזן, וועל מיר א בליק טאן בעז"ה. (מיין געפיל איז נישט אלעמאל אייניג... ווען כ'וועל זיין אין אזא גיסטע קען מען דאס אריינרוקן)
צמא לדעת, היינט האב איך געארבעט אויף אזא סארט וואס איר האט פארגעשלאגן. זאגט מיר אויב איז דא סיי וועלכע הערות.
יפה עשית ובזמנו עשית!
כ'וועל אי"ה שפעטער אנקומען א בליק צו טון אויף אייער ארבעט, און אפשרייבן הערות אויב וועל איך האבן. אבער סיי וויאזוי, זעצט פאר מיט געשמאק!
הערצליכן דאנק פאר'ן אנהייבן דעם דרעפט,
איך וויל באמערקן אז די אפטיילונג "פאפולערע ניקס" קען זיין פראבלאמאמאטיש, ווייל עס איז כמעט אוממעגליך צו טרעפן מקורות דערויף
למשל, דאס אז ליפא שמעלצער איז "פאפולער" כאטש וואס ער האט בלויז געשריבן דארט 7 תגובות, איז דיין פערספעקטיוו,
איך זאג נישט ס'נישט אמת, איך זאג נאר אז עס האט נישט קיין מקור.
א ניק וואס איז אקטיוו בעיקר אין בית המדרש דא"וו, וואלט מסתמא געמאכט אן אנדער ליסטע. ער וואלט מסתמא אריינגעווארפן א ווארט איבער זיידעניו למשל.
הכלל, עס איז זייער רעלאטיוו, און אויסער אויב דו טרעפט א גוטע באשרייבונג אנליין (אדער אפילו אפליין) וואס זאגט אזוי, איז כדאי זיך צו צוריק האלטן דערפון.
איך בין זיך משתתף מיט'ן הערצליכן דאנק, כה לחי!
איך וואלט צוגעלייגט א קליינע הערה, אויב איך מעג. עס איז ראטזאם צו אוועקשטיין פון ליסטעס, און ארבעטן מער אויף פאראגראפן. ליסטעס זענען טאקע גרינגער, פארט שיילט זיך עס ארויס אפטמאל אלס ווייניגער ענציקלאפעדיש, איבריג לאנג, און ווי אויך א ליסטע פארלאנגט אז ער זאל זיין בשלימות, און נישט פארפעלן גארנישט, א זאך וואס איז נישט אייביג מעגליך אדער אפילו פאסיג.
איך באצי זיך למשל צו די ליסטע פון אייוועלט קאודס. ווי עס איז יעצט, איז עס נישט זייער ענציקלאפעדיש. וואס מ'קען אבער טון איז, מ'קען זיי אריינשמעלצן איבער דעם גאנצן ארטיקל, ווי למשל וועגן גילוי שטייט דאך שוין אויבן. און די איבריגע וואס מ'האט נישט געקאווערט קען מען מאכן אין א פאראגראף, וועט עס אויסקוקן פיל מער ענציקלאפעדיש. מיט האפענונג אויף פארשטאנד...
און נאכאמאל, א דאנק אייך!
יישר כח פאר אייערע הערות, און אייער דאנק איז וואויל אפרישיעטעד.
די פאפולערע ניקס האב איך אראפגענומען, הגם אז עס וועט אמאל אריינקומען א געדאנק וויאזוי צו אריינלייגן אינטערעסאנטע פאקטן, קען מען עס אלעמאל צולייגן.
בנוגע ליסטעס, לאמיר פרעגן, וואס וואלט געווען מיט א טאוול (טבלא)? דאס איז מער ענציקלאפידיש, אבער דער חלק פון זארג איבער פארפעלן איז ווייטער דא.
אסאך אינטאסאנטע אנקדאטן אד"ג קען מען באשרייבן (מיט מקורות) אין א קאפיטל מיטן נאמען "אויפנאמע" "אויסנאמע", וכדו.'
איך וואלט דארט למש געשריבן אז אז אליעזר קרויס פירט זיך אויסצודעבאטירן זיינע דרשות אויף אייוועלט, און אז ליפא האט אדרעסירט דעם עולם אד"ג.
אבער קודם זאל די עיקר זיין גרייט.
שלום עליכם אייך! איר זענט ווי עס שיינט א גרינער דא, און איר זענט וועלקאם מיט אפענע ארעמעס. איין קליינע הערה צו אייך בקשר צו דעם רעדאגירונג, עס איז נישט אנגענומען צו פארמעקן אלטע דיסקוסיעס. מען קען עפענען א נייע אן אפליידיגן דאס בלאט, דורכן אנהייבן שרייבן אונטן פון בלאט, און צולייגן א ==קעפל==.
אין דיסקוסיע זאל איז דאך גאר גרינג צו עפענען א נייע דיסקוסיע, דורכ'ן דריקן דעם "עפענען א נייע דיסקוסיע קנעפל". כ'בין נייגעריג פארוואס איר האט דאס נישט גענוצט.
בתקוה להבנה ולעריכה נעימה.
אנטשולדיגט מיר, איך ברויך זיך נאך צולערנען מיט'ן סיסטעם.
איך האב יא געעפנט א נייע דיסקוסיע.
איך ווייס נישט ווי אזוי דאס האט פאסירט, איך האף איר @תנא קמא האט עס שוין צוריק פארראכטן.
עס האט גארנישט פאסירט... כמעט אלעס אויפ'ן וועבזייטל קען מען גרינג צוריקדרייען און פאררעכטן; אויף אזא פלאץ איז בעסער צו זיין אויף די געוואגטע זייט.
איר שיינט צו זיין א איד מיט א גראדע קאפ אויף די פלייצע וואס האלט זיך נישט צוריק פון טון צו דער זאך. גענוי דאס זוכן מיר!
איך לאך יעצט פון מיין ערשטע תגובה. מיר אלע זענען גרינע דא. איינער העל גרין און איינער טינקל גרין. אלנפאלס, ווי צמא זאגט, אזאנע דארפן מיר! דער אישו דארף מען טאקע אינוועסטיגעיטן און פאררעכטן.
יישר כח אייך.
איך קלער אז ערגעצוואו אינמיטן זען דעם פריוויו און פרובירן די אפציעס (צ.ב.איך האב געוואלט אריינלינקן @תנא קמא אז עס זאל ווערן א לינק, און איך האב נישט געפונען קיין אנווייזונגען דערויף), האב איך געקוועטשט עפעס אומריכטיג.
נו נו, דער עיקר איז איר זאלט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם, נאר גיין ווייטער. מיר האפן ווייטער צו הנאה האבן פון אייך!
שלום עליכם רושם רשימות, ברוך בואכם צום אידישער המכלול! | ||||||||||||
|
|
בברכה,
א גרויסן דאנק אייך פארן מיר אויפנעמען אזוי העפליך.
איך האף צו קענען צולייגן א פלייצע צו דעם גרויסארטיגען פראיעקט לתועלת היהדות החרדית.
מיר אלע ווארטן אויף אייך מיט אפענע אויגן און קלאפעדיגע פינגער.
בריך מתייך לשלם!
נישטא קיין עלטערע טעמעס