רוי:חוה

ווערסיע פון 16:25, 24 נאוועמבער 2022 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט בלאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

חַוָּה, איז געווען די ערטע פרוי און די ערשטע מאמע, זי איז באשאפן געווארן מיט די צלם אלוקים. חוה איז געווען די פרוי פון אדם הראשון און די מאמע פון קין, הבל און שת, און נאך זון און טעכטער וואס זייער נאמען איז נישט באקאנט. איר נאמען ערשיינט צום ערשטן מאל אין ספר בראשית, פרק ג', פסוק כ'. עס שטייט צוויי מאל די נאמען חַוָּה אין תנ"ך. חוה איז די איינצגיסטע פרוי וואס אין תנ"ך וואס דער תורה איז מסביר די נאמען.

חוה און די בריאה

עס זענען פארהאן צוויי גרסאות אין די געשיכטע וויאזוי אדם און חוה זענען באשאפן געווארן. לויט ווי עס שטייט אין בראשית א', זענען אדם און חוה באשאפן געווארן פרייטאג "בצלם אלוקים". לויט די אנדערע גירסה, האט דער בורא באשאפן אדם, און אים געלייגט אין גן עדן. ערשט האט ער באשאפן די בעלי חיים און זיי געברענגט צו אדם, אבער ער האט נישט געפינען אין זיי אן "עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ" (באהעלפער צו זיין זייט). דערפאר האט ער באשאפן דאס פרוי פון ???מצלעו??? צו אוועקנעמען זיין איינזאמקייט: "לֹא-טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ; אֶעֱשֶׂה-לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ" (עס איז נישט גוט פאר דעם מענטש צו זיין אליין, איך וועל אים מאכן אן עזר כנגדו)