רוי:קרית מאטערסדארף

ווערסיע פון 04:12, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")
פנים מאירות גאס, די הויפט גאס אין מאטערסדארף
ישיבת תורה אור
כיכר הרב קליין

קרית מאטערסדארף איז א חרדישער געגנט אין ירושלים, ישראל, געגרינדעט דורך הרב שמואל עהרנפעלד, דער לעצטער רב פון מאטערסדארף, איינע פון די "זיבן קהילות" אין בורגנלאנד, עסטרייך. ער געפינט זיך ביים צפונדיגן עק פונעם בארג פלאטא וואו צענטראלער ירושלים ליגט. ער גרענעצט די געגנטן אונסדארף און רוממה. די הויפט גאס איז פנים מאירות גאס.

די תורה אור ישיבה פון הרב חיים פנחס שיינבערג איז פלאצירט אין מאטערסדארף, . ווי אויך אנדערע חרדישע אנשאלטן סיי פאר יונגלעך און בחורים סיי פאר מיידלעך. רוב פון די איינוואוינער זענען ליטווישע (נישט חסידיש).[1] אסאך פון זיי זענען געקומען פון די פאראייניגטע שטאטן און דעם פאראייניגטן קעניגרייך.

טראנספארט

אגד אויטאבוסן 3, 9, 10, 16, 52 און 59 פארן אדורך דער פנים מאירות גאס.

באקאנטע איינוואוינער

  • שלמה לארענץ
  • הרב יוסף טויסיג נכד האדמו"ר בית ישראל ממאטארסדאררף (נהל ביהמ"ד חסידים) לימים האדמו"ר מבעלעד ארה"ב
  • הרב אשר יונה ווינבערגער דרייצנער רבי
  • משה מעד, מזקני חסידי רוזין
  • הרב שמחה בונים קליין
  • הרב שלום ראזענפלד
  • משה פערסטער
  • הרב זעליג לידער בעל תוקע
  • הרב אשר זעליג קליין בן ר שמחה בונים
  • הרב שמחה בונים סופר
  • הרב דוד וויא (תולעים)
  • הרב פנחס עפשטיין (משגיח אין תורה אור)
  • הרב שמשון חסידה
  • הרב דוד זערעצקי
  • הרב שמחה וואסערמאן
  • הרב חיים פנחס שיינבערג
  • הרב משה סאקס
  • אורי זוהר
  • הרב זעליג פליסקין
  • רבי מנחם מענדל טויב, דער קאלעווער רבי

רעפערענצן