רוי:כרם אברהם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
כרם אברהם, 2008

כרם אברהם איז א געגנט אין ירושלים, וואס גרעניצט גאולה, דעם שנעלער פלאץ און תל ארזה. דער נאמען שטאמט נאך א וויינגארטן, וואס אן אראבער פון חברון האט דארט געהאט, און אויף אראביש האט יענער געהייסן אלכאלילי, וואס מיינט גאטס פריינט, וואס די יידן האבן געטייטשט פאר אברהם אבינו.

אויפשטעלן א סוכה אין צפניה גאס, פאר סוכות ה'תשע"ב 2012

אין 1851 האט דער בריטישער קאנסול פון ירושלים, דזשעימס פין, אפגעקויפט דעם שטח, און אים געגעבן פאר אידן כדי זיי זאלן באארבעטן דעם שטח, שפעטער האט ער פארקויפט דעם שטח פאר זיינע ארבעטער, און זיי האבן דארט אויפגעשטעלט די שכונה.

די גאסן פון דער געגנט הייסן נאך די נביאים (הושע, עמוס, עובדיה, נחום, צפניה). פון יאר 2007 האט די ירושלימער מוניציפאליטעט, דורכגעפירט רענאוואציע ארבעט אויף די געסלעך. די געגנט איז היינט באוואוינט בעיקר מיט רעליגיעזע מענטשן.

די דיכטערין זעלדע האט אמאל געוואוינט אין דער געגנט כרם אברהם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!