רוי:בקעה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א הויז אין בקעה
בקעה

בקעה איז א געגנט אין דרום פון ירושלים, די נאמען פון געגנט איז אראביש, און ווערט געזאגט באקאה, אבער דער מיינונג איז טאל ווי אויף העברעיש. ארגינעל איז די געגנט געבויט געווארן דורך אראבער, אין די ענדע 19טער י"ה. און פאר איטליכער הויז איז געווען א גארטן, פאר לאנדווירטשאפט, וואס האט אנגעהאלטן ביז די 1950ער יארן.

ביי די מלחמת השחרור זענען די איינוואוינער אנטלאפן, און די געגנט איז אויף די יידישע זייט, די רעגירונג, האט אויפגעשטעלט בלאק הייזער, פאר אלע נייע עולים, און די גארטנס זענען פארשווינדן געווארן. אין די לעצטע יארן, איז די שטאטראט פארנומען מיט איבערבויען, און צופיצן די געגנט.

די געגנט גרעניצט תלפיות פון דרום, דייטשע קאלאניע און די מושבה היוונית פון צפון מערב, אבו טור פון מזרח.

די באפעלקערונג אין געגנט איז א געמישטע, רעליגיעזע און אומרעליגיעזע, לעבן האנט ביי האנט א שטיל רואיק לעבן. די שטאטראט האט געגעבן א נאמען אויף העברעיש פארן געגנט "גאולים", די ירושלימע האבן זיך קיינמאל אבער, נישט צוגעוואוינט צום נייעם נאמען.

אמאל האט זיך געפונען ביי די צפון עק פון בקעה, די אלטע ירושלימע באן סטאנציע, וועלכע האט געמאכט די געגנט פאר א שטארק באזוכטע. היינט ווען די באן קומט מער נישט אן אהין, איז די סטאנציע אן ארט פאר נאכט פארוויילונגען, שענק און ווירצהייזער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!