רוי:אדאלף היטלער

ווערסיע פון 13:19, 24 סעפטעמבער 2019 דורך YI>פוילישער (איהם--> אים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
היטלער

אַדאָלף היטלער (דייטש: Adolf Hitler;‏ 1889 - 1945), געבוירן אין בראַונאַו, עסטרייך, איז געווען דער קאנצלער און נאכן טױט פֿונעם רײַכספּרעזידענט פּאַול הינדענבורג 1934 דער דיקטאַטאָרישער "פיהרער" פון דײַטשלאַנד צווישן די יארן ה'תרצ"ג ביז זײַן טױט ה'תש"ה. ער איז געווען דער הויפט־פאַראַנטוואָרטלעכער פאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און דער טרויריג באַרימטער מאַסנמערדער און ייִדן־פאַרטיליקער וואָס טראָגט דעם אַחריות פֿאַרן חורבן אײראָפּע. אונטער זײַן ממשלה און אױף זײַן באַפֿעל זענען דערהרגעט געװאָרן 6 מיליאן ייִדן און צווישן 9 צו 20 מיליאָן מענטשן פון אַנדערע פעלקער. זײַן אידעאָלאָגיע איז געווען אז די דײַטשן װי די פֿאָרשטײער פֿון דער ארישער ראסע דארפֿן געוועלטיקן אין אייראָפע.

זײַן יוגנט

ער האָט נישט געענדיקט די מיטלשול. ער איז געווען דא א מאלער יונג, ער האט פרובירט זיך צו לערנען מאלעריי.

די ערשטע וועלט־מלחמה

היטלערס מיליטערישע אױפטוען בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה זענען געװען אַזױנע אַז ער איז אױסגעצײכנט געװאָרן מיטן אײזערן צלם, אַ מעדאַל פאַר העלדישקײט. ס׳יז כּדאי צו דערמאָנען אַז פונדעסטװעגן האָבן זײַנע אָפיצירן געהאַלטן אַז ער איז נישט קײן גוטער אָנפירער און מע קען אים נישט דערהײבן פאַר אַן אָפיציר. איז ער פאַרבליבן אַ פּשוטער זעלנער בעת דער גאָרער מלחמה.

היטלער איז ביי דער ערשטער וועלט מלחמה שטארק פארוואונדאט געווארן.

חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

ערשטע יאָרן פון דער נאַצי־פאַרטיי

די נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישע דײַטשע אַרבעטער־פאַרטיי איז געגרינדעט געוואָרן דורך אַנטאָן דרעקסלערן אין יאָר 1919 אין מינכען אונטערן נאָמען „דײַטשע אַרבעטער־פּאַרטײ“. להיפּוך צו דער פּאָפּולערער לעגענדע איז היטלער נישט געװען דער גרינדער פֿון דער פּאַרטײ, נאָר אַ פֿרי מיטגליד אירס. בעיקר ארבעטסלאזע מענטשן און ליידיגגייער זענען געווען די ערשטע מיטגלידער. ווען היטלער איז אנגעקומען האט מען אנדעקט אין אים א שטארקע כח אין רעדן, און ער איז געווארן דער רעדנער פאר דער פארטיי. זיינע קעגנער האבן אים באצייכנט שטענדיק אלס דעמאגאג.

„מײַן קאַמף”

  מיין קאמף

היטלערס אויפשטייג צו דער מאַכט

דאָס דריטע רײַך

דער חורבן

6 מיליאָן אידן געהרגעט

די צווייטע וועלט־מלחמה

פאַרשפּילט די קריג און טויט

היטלער האט געהאט די אייגענשאפטן פון א דיקטאטור, ער האט נישט געקענט דערליידן ווען מען האט אים קריטיקירט, ער פלעגט אייביג ווארפן דעם שולד אויף א צווייטן און נישט אויף זיך, דאס האט געפירט דערצו אז צום סוף ווען מען האט אים געזאגט אז ער פירט נישט גוט דעם קריג, האט ער אראפגעזעצט זיינע בעסטע גענעראלן, און דאס האט צוגעהאלפן אים פארשפילן דעם קריג.

היטלערס רעליגיע

היטלערס געזונטהייט

היטלער האט געהאט א פערזענדליכן דאקטער, אזוי ווי אלע גרויסע לייט און פירער פון מדינות, דאס איז זיכער אז ער פלעגט אים טריטן אויף ספעציעלע קראנקייט, ער פלעגט אים געבן יעדן אינדערפרי איינשפריצונגען דורך א נידל, עס זענען דא היסטאריקער וואס זאגן אז ער האט געליטן אויף פארקיסאנן, זיי באזירן זייערע רייד אויף דעם וואס אויף אסאך בילדער זעהט מען ווי ער איז נישט בלאנסירט.

היטלערס פאמיליע

היטלערס טויט

היטלער איז געווען איינגעשפארט אין זיין בונקער אין בערלין, אין זאך פור ווינרשטאט אין זאס טאקו דיודן ווען ער האט געזעהט אז די רויסישע ארמיי דענענטערט זיך צו זיין פלאץ, איז ער ארויס מיט זיין ווייב וואס איז געווען מיט אים, אויפן הויף פון דער אריינגאנג פון זיין בונקער, ער האט איר און זיך געהרגעט מיט א שיסער {{אין אידיש איז עס באשריבן באריכות אינעם דריטן חלק פון "דער צווייטער וועלט מלחמה" פרק "דייטשלאנד קאפיטולורט" דאס איז דער ווערק פון דעם אידישן שרייבער אלכסנדר סנדר דייטש}}, ער האט אנגעזאגט פאר זיינע געטרייע נאצי באדינער מען זאל אים פארברענען כדי מען זאל אים נישט כאפן און הענגן, אזוי ווי מען האט געהאנגען דער איטאליענישער פירער מוסאָליני, זיינע באדינער האבן אזוי געטועהן און ער איז פארברענט געווארן, ווען די רוסישע ארמיי איז אהנגעקומען האבן זיי שוין גארנישט געטראפען קיין זכר פון אים, נאר א זכר פון זיינע נאנטע מענטשן וואס האבן אויך אים נאכגעטוהן.

אינטערעסאַנטע פאַקטן

היטלער פלעגט זיך אסאך אפרעדן צו זיין לייב דאקטער - ווי ער באשרייבט עס אין זיין בוך - אז א מלאך שטייט איבער מיר, און דער מלאך לאזט מיך נישט אפ, ער פייניגט, און פייניגט טאמער טו איך נישט וואס ער וויל.