רוי:אביגדור ליבערמאן

ווערסיע פון 18:54, 16 מערץ 2022 דורך YI>פוילישער (רעדאַקטירונגען פֿון 5.28.132.119 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אביגדור ליבערמאן
Avigdor Lieberman 2017.jpg
27'טער פינאנץ מיניסטער
אין דער 36סטער רעגירונ
13 יוני 2021 – אמטירט
18'טער פארטיידיגונגס-מיניסטער
30 מאי 201617 נאוועמבער 2018
17'טער אויסערן מיניסטער
אין דער 32סטער רעגירונ
31 מערץ 2009 – 18 דעצעמבער 2012

אֲבִיגְדוֹר "איוועט" ליבערמאן (געבוירן דעם 5טן יולי 1958 אין קעשענעוו) איז דער פינאנץ מיניסטער פון ישראל און א כנסת-דעפּוטאט. ער איז פריער געווען פארטיידיקונגס מיניסטער פון ישראל. ער איז געווען א מיניסטער און א וויצע פּרעמיער-מיניסטער אין דער קאָאליציע-רעגירונג פונעם פרעמיער מיניסטער אהוד אלמערט. ער איז געווען דער הויפט פון דער קאנצעלאריע אין דער פריערדיקער רעגירונג פון בנימין נתניהו.

ער פירט אן און האט געגרינדעט די דריטע לויט דער גרייס פארטיי אין דער איצטיקער ישראלדיקער כנסת ישראל ביתינו.

ער ווערט פארעכענט פאר א רעכטן פאליטיקער, זייער שארף עקסטרעם קעגן די פאליסטינער אין דעם מיטל מזרח קאנפליקט.[1]‏‏

יונגע יארן

ליבערמאן איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן לעוו און אסתר פורה פון קעשענעוו. ער איז ארויף קיין ישראל פונעם סאוועטן פארבאנד פון מאלדאווע.

אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען א מיטגליד אין דער גרופע כ"ך.‏‏‏‏[2]‏‏

פאליטיק

סוף חודש מיי 2016 האט ליבערמאן געפירט א קאאליצישע פארהאנדלונג מיטן ליכוד און האט דערגרייכט אן איינשטימונג וועגן איינשליסן זיין כנסת פראקציע אין דער קאאליציע, וואו ער איז געווארן פארטיידיגונגס מיניסטער. אלס רעאקציע האט ארלי לוי-אבעקאסיס פארלאזט "ישראל ביתנו", און צוויי מיניסטארן האבן פארלאזט די רעגירונג, משה יעלון און אבי גבאי.

משפחה

ליבערמאן מיט זיין ווייב אלה (ציפקין) האבן דריי קינדער, יעקב, עמוס, און מיכל.

וועבלינקן

רעפערענצן

מוסטער:פארטיידיגונג מיניסטארן אין ישראל