רוי:אבי גבאי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אבי גבאי
לערנארט
באשעפטיגונג גענעראל-דירעקטאר, פאליטיקער
פארטיי
פראקציע ארבעט
18'טער מיניסטער פאר דער סביבה
אין 34סטער רעגירונג
14 מאי 201531 מאי 2016
כנסת דעפוטאט
30 אפריל 20193 אקטאבער 2019
כנסות 21
11'טער פארזיצער פון ארבעטס-פארטיי
10 יולי 20172 יולי 2019
אנזיכטיגע אמטן
אַבִי גַבַּאי, 2017

אַבְרָהָם "אַבִי" גַּבַּאי (געבוירן דעם 22סטן פעברואר 1967, י"ב אדר א' ה'תשכ"ז) איז א ישראלישער פאליטיקער און דער היינטיגער פירער פון דער ארבעטס-פארטיי אין ישראל.[1] ער איז געווען דער אלגעמיינער פארוואלטער פון דער טעלעקאמוניקאציע פירמע בזק 2007 ביז 2013, דערנאך איז ער אריין אין פאליטיק.

ביאגראפיע

גבאי איז געבוירן געווארן אין דעם בקעה געגנט פון ירושלים, דער זיבעטער פון אכט קינדער געבוירן צו מואיז און שרה גבאי, אידישע אימיגראנטן פון קאזאבלאנקאמאראקא. זיין פאטער האט געארבעט פאר בזק; אין זיין יוגנט פלעגט ער אויך ארבעטן דארט אין זיינע וואקאציעס.[2] ער האט געדינט אין צה"ל און געשטיגן צום ראנג לייטענאנט. דערנאך האט ער גראדואירט פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים.


פאר די כנסת וואלן 2015 איז ער געווען איינער פון די גרינדער פון דער נייער כולנו פארטיי.[3] אום 29סטן דעצעמבער 2016, האט גבאי געמאלדן אז ער שליסט זיך איין אין דער ארבעטס-פארטיי. דעם 4טן מערץ 2017 האט ער געמאלדן אז ער קאנדידירט זיך פאר פירערשאפט פון דער פארטיי. אין דעם צווייטן טייל פון די וואלן האט ער געזיגט מיט 52.4% פון די וואלן קעגן עמיר פרץ.

משפחה

גבאי וואוינט אין תל ברוך געגנט פון תל אביב. ער מיט זיין ווייב אַיֶלֶת, פון אויסטראליע, האבן דריי זין, דניאל, עומרי און ארי.

רעפערענצן

  1. "Avi Gabbay Wins Israel's Labor Party Primary, Beating Amir Peretz" (אויף ענגליש), Haaretz (‏10טן יולי 2017). דערגרייכט דעם ‏10טן יולי 2017. 
  2. http://www.jpost.com/Magazine/Giving-back-the-state-to-its-citizens-485604
  3. Kahlon officially registers new Kulanu party The Jerusalem Post, ‏12טן דעצעמבער 2014

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!