רוי:לוקסעמבורג

ווערסיע פון 12:22, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
גרויסהערצאגשאפט פון לוקסעמבורג
Groussherzogtum Lëtzebuerg מוסטער:Lb icon
Grand-Duché de Luxembourg מוסטער:Fr icon
Großherzogtum Luxemburg מוסטער:De icon
פאן לוקסעמבורג
סימבאָל לוקסעמבורג
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: Ons Hémécht
"אונזער היימלאנד"
אָרט פון לוקסעמבורג
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך פראנצויזיש, דייטשיש, לוקסעמבורגיש
(געזעצלעך זייט 1984)
הויפּטשטאָט לוקסעמבורג 49°36′N 6°7′E / 49.600°N 6.117°E / 49.600; 6.117 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג פארלאמענטארע דעמאקראטיע און
קאנסטיטוציעלע גרויסהערצאגשאפט
גרויסהערצאג
פּרעמיער מיניסטער
גרויסהערצאג הענרי (List)
קסאוויער בעטעל (List)
גרינדונג דאַטום
1815
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
2,586.4 קוואַדראַט ק"מ
175סט
נישטיק
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

626,108
171סט
171 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $32.6 ביליאן (97סט)
וואַלוטע איירא ()2
צייט זאָנע CET
אינטערנעט דאָמען .lu3.
טעלעפאָן קאָד 352+

די גרויסהערצאגשאפט פון לוקסעמבורג (לוקסעמבורגיש: Groussherzogtum Lëtzebuerg, פראַנצויזיש: Grand-Duché de Luxembourg, דייטש: Großherzogtum Luxemburg) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע, וואס גרענעצט זיך מיט בעלגיע, פראנקרייך, און דייטשלאנד. די באפעלקערונג פון לוקסעמבורג איז ווינציקער ווי א האלבער מיליאן אין א שטח פון 2,586 קוואדראט ק"מ.[1]

לוקסעמבורג איז דעמאקראטיע מיט א פארלאמענט און א קאנצטיטוצענעלע מאנארכיע, באהערשט פון א גרויסהערצאג. ער איז די איינציגסטע איבערגעבליבענע סואוורענע גרויסהערצאגשאפט. דאס לאנד האט א שטראק-אנטוויקלטע עקאנאמיע, מיט דער העכסטער פראדוקט ווערדע א קאפ אויף דער וועלט. זיין היסטארישע און סטראטעגישע חשיבות קערן צוריק ביז זיין גרינדונג אלס א רוימישע פעסטונג און אלס פראנקישע שלאס אין די פריערדיקע מיטל עלטער.

לוקסעמבורג איז אן עטאבלירונג מיטגליד פון דעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניקטע פעלקער, בענעלוקס און דער מערב אייראפעישער פארבאנד; דאס ווייזט אויף דער שטארקער קאנצענזוס פאר עקאנאמישער, פאליטישער און מיליטערישער אינטעגראציע. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט לוקסעמבורג איז די היים פון עטלעכע אינצטיטוציעס און אגענטורן פון דעם אייראפעישן פארבאנד.

לוקסעמבורג איז א דריישפראכיש לאנד—פראנצויזיש, דייטשיש און לוקסעמבורגיש זענען אלע אפיציעלע שפראכן. כאטש דער שטאַט איז סעקולער, די באפעלקערונג איז הערשנדיק קאטויליש.

מען ציילט אין דער אידישער קהילה מער 1500 מיטגלידער, צוויי שולן עקזיסטירן אין דער מדינה, די ערשטע אין דער הויפטשטאט לוקסעמבורג און די צווייטע אין עש-סור-אלזעט. חב"ד ליובאוויטש אין לוקסעמבורג וואס זיינען פון די איינציקע אידן וואס רעדן אידיש דארט.

רעפערענצן

וועבלינקען