וכל מאמינים
וְכֹל מַאֲמִינִים איז א פיוט וואס רעדט פון די לויב פון אויבערשטן און ווערט געזאגט אין די אשכנזישע קהילות ביי מוסף פון ראש השנה און יום כיפור. דער פיוט געפונט זיך אינמיטן א קדושתא פאר יום כיפור דורך דער פריערדיגער ארץ ישראל'דיגער פייטן יניי, און ווערט דעריבער אומזיכער צוגעשריבן צו אים[11].
וְכֹל מַאֲמִינִים
|
---|
הָאוֹחֵז בְּיַד מִדַּת מִשְׁפָּט[1] |
געבוי און אינהאלט
די פיוט איז געשריבן לויט א דאפלטע אלף בית אַקראָסטיך, דהיינו ביידע העמיסטיכן אין יעדן זאץ הייבן זיך אן מיטן זעלבן אות לויטן סדר פון אלף בית, ווען די צווייטע מאל ווערט עס געפעדערט מיט די ווערטער "וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא..." און איז געמאכט אלס ענטפער פון קהל (יעדער גלייבט אז...) אלס רעאקציע צום רוף פון שליח ציבור. די שורות ענדיגן זיך נישט אין גראמען.
די פיוט איז א שעפערישע ווערק וואס פלעכט אריין סיי נעמען פון באשעפער און סיי זיינע תכונות אלס שופט. אין ווייניג ווערטער, אנע ערציילונגען, מיט נאך ווייניגער פארבינדונגס-ווערטער, און אין א פארמולע וואס איז כמעט ווי א ליסטע, טוט דער פייטן אנרירן אין די טיפענישן פון גאט'ס נעמען: הַוַּדַּאי, הַטּוֹב, הָעֶלְיוֹן, הַשָּׁוֶה, הַתָּם, און מיט לשונות איבער השם'ס פירונגען ביים משפט'ן ארויסגענומען פון פסוקים פון תנ"ך: אינעם פיוט - הַיּוֹדֵע יֵצֶר כָּל יְצוּרִים, און אין תהלים - "כִּי הוּא יָדַע יִצְרֵנוּ זָכוּר כִּי עָפָר אֲנָחְנוּ[12]"; אינעם פיוט - הַצּוֹפֶה לָרָשָׁע וְחָפֵץ בְּהִצָּדְקוֹ, און אין יחזקאל - "בֶּן אָדָם צֹפֶה נְתַתִּיךָ... וְשָׁמַעְתָּ מִפִּי דָּבָר וְהִזְהַרְתָּ אוֹתָם מִמֶּנִּי. בְּאָמְרִי לָרָשָׁע מוֹת תָּמוּת..", און נאך.
, און אזוי ברענגט עס ארויס אז די גאנצע וועלט גלייבט אין זיינע מידות און כוחות. די פאקט אז די מידות פון גאט ערשיינען אין אלע אותיות דריקט אויס די שלימות פון גאט[מקור פארלאנגט]. די מידות פון גאט וואס ווערן דערמאנט אינעם פיוט זענען מערסטנס מידות הרחמים.
דאס זאגן
אין סוף אלף החמישי איז דער פיוט שוין געווען פארשפרייט און געזינגען אינעם ריינלאנד, ווי מ'זעט אין א קינה וואס רבי אלעזר מגרמייזא האט פארפאסט אויף זיין ווייב וואס איז ערמארדעט געווארן, אין וועלכע ער דערמאנט אז זי האט זיך געפירט צו זאגן יעדן טאג נשמת און "וכל מאמינים"[13].
די פיוט ווערט געזאגט ביי די אשכנזישע קהילות אינמיטן ברכת קדושת השם ביי חזרת הש"ץ ביי מוסף פון ראש השנה און יום כיפור. עס איז איינגעפירט צו עפענען די ארון קודש און עס זאגן שטייענדיגערהייט. נאך דער שטיקל וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער: "ובכן יתקדש שמך" זאגט מען די תפילה "עוד יזכור לנו אהבת איתן". די תפילה ענדיגט זיך מיט די ווערטער: "באין מליץ ישר מול מגיד פשע, תגיד ליעקב דבר חוק ומשפט, וצדקנו במשפט המלך המשפט", און גלייך דערנאך זאגט מען די פיוט, וואס הייבט זיך אויך אן מיט די מידת המשפט פון גאט. דער מהרי"ל האט זיך געפירט צו אנהייבן דעם פיוט גלייך נאך די פריערדיגע שורה, און אזוי צו פארוואנדלען די שורה "האוחז ביד מידת משפט" וואס דאס איז די אנהייב פונעם פיוט, אלס א פארזעצונג פונעם פריערדיגן שורה "וצדקנו במשפט המלך המשפט".
דער אריגינעלן סדר צו זאגן דעם פיוט, ווי פיל אנדערע פיוטים, אין א פארם פון דער קהל ענטפערט אויפ'ן חזן, און אין דעם פיוט הייבט דער חזן אן דעם ערשטן טייל פונעם שורה: "הָאוֹחֵז בְּיַד מִדַּת מִשְׁפָּט" און קהל ענטפערט מיט'ן זעלבן אות "וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא אֵל אֱמוּנָה" און אזוי ווייטער. היינט צוטאגס איז דער סדר פארדרייט געווארן און אנשטאט ווערט די ערשטע שורה פונעם פיוט געזאגט עקסטער, און דערנאך ווערן געזאגט יעדע מאל שורות וואס הייבן זיך אן מיט די ווערטער "וכל מאמינים" און די שורה נאכדעם, וואס געהערט שוין צום קומענדיגן אות. ביים ענדע פונעם פיוט לויט די אופן ווערן געזאגט דריי שורות צוזאמען. צום ביישפיל, אנשטאט צו זאגן:
הַזּוֹכֵר לְמַזְכִּירָיו טוֹבוֹת זִכְרוֹנוֹת - וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא זוֹכֵר הַבְּרִית
הַחוֹתֵךְ חַיִּים לְכָל חַי - וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם
זאגט מען:
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא זוֹכֵר הַבְּרִית - הַחוֹתֵךְ חַיִּים לְכָל חַי
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם - הַטּוֹב, וּמֵטִיב לָרָעִים וְלַטּוֹבִים
זאגן אזוי דעם פיוט איז ווארשיינליך א טעות און ווי עס זעט אויס איז דאס נישט לויט די כוונה פונעם פארפאסער[14]. א מעגליכע סיבה צום מנהג פון זאגן אזוי דעם פיוט איז ווייל מיט די יארן, אנשטאט אז בלויז דער חזן זאל זאגן דעם ערשטן פראזע האבן די מאסן דאס אויך אנגעהויבן זאגן באלד נאך זייער טייל, און אזוי איז פאבריצירט געווארן דער היינטיגער מנהג[15]. אין טייל פון יעקישע קהילות, איז מען מקפיד צו זאגן דעם פיוט אין איר אריגינעלער צורה, אז דער חזן זאגט דער ערשטער טייל און קהל זאגט דער צווייטער טייל[16].
אין מוזיק
עטליכע ניגונים זענען קאמפאזירט געווארן אויף דער פיוט, צווישן אנדערע דורך מרדכי בן דוד.
צו ליינען נאך
דרויסנדיגע לינקס
- דער פיוט וכל מאמינים, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- דער ארטיקל "וכל מאמינים", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ דברים לב, מא וְתֹאחֵז בְּמִשְׁפָּט יָדִי.
- ↑ 2.0 2.1 דברים לב, ד: אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא.
- ↑ ירמיהו יז, י: אֲנִי ה' חֹקֵר לֵב בֹּחֵן כְּלָיוֹת.
- ↑ ירמיהו נ, לד: גֹּאֲלָם חָזָק ה' צְבָא-וֹת.
- ↑ שמות ג, יד: וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים אֶל מֹשֶׁה אֶהְיֶה אֲשֶׁר אֶהְיֶה.
- ↑ 1-תהלים קג, יד: כִּי הוּא יָדַע יִצְרֵנוּ.
- ↑ תהלים צא, א: יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁדַּי יִתְלוֹנָן.
- ↑ דער תורת חיים פלעגט זאגן "הנוהג חסדו בכל דור". זעט אין אמרי ברוך, זייט 40-41, א טעם דערצו.
- ↑ אן ענליכן אויסגדרוק געפונט זיך אינעם פיוט אל תעש עמנו כלה, מיט א נוסח פון בקשה: "רחמיך יקדמו רגזך".
- ↑ דברים לב, ד: הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ.
- ↑ מנחם זולאי, פיוטי יניי, קדושתא ליום כיפור, בערלין, תרח"צ, עמ' שכח–שלז
- ↑ 1-תהלים קג, יד
- ↑ נדפסה בידי גזירות אשכנז וצרפת, ירושלים תש"ו, עמ' קסה.
- ↑ תרצה ליבוביץ, וכל מאמינים – עיון בפיוט
- ↑ יעקב שטרנפלד, "בענין צורת אמירת הפיוטים "וכל מאמינים" "לא-ל עורך דין"", בית אהרן וישראל, שנה יט גליון א (קט), זייט קלד-קלה; יעקב לויפר, "מקומות שאין להם הכרע - שיבושים נפוצים בפיוטים", חצי גבורים – פליטת סופרים ח (אלול תשע"ה), עמ' תקסז–תקסט.
- ↑ מנהגי בית הכנסת לבני אשכנז לשנת תש"ף, בתוך ירושתנו יא, עמ' 4.
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער