רוי:וועלט היסטאריע

ווערסיע פון 13:40, 18 יולי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) ({{קרד/ויקי/יידיש}})
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

וועלט היסטאריע באשרייבט די קולטורעלע דערגרייכן פון דער מענטשהייט זייט פרעהיסטארישע צייטן ביזן סוף פונעם 20סטן יארהונדערט.

די מענטשהייט

די תורה פארציילט אז דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון און האט אים געשטעלט אין גן עדן. אלע מענטשן דורך די דורות שטאמען פון אים און זיין ווייב חוה.[1] ווען ער איז פארטריבן געווארן פון גן עדן איז ער געווען ערגעץ וואו אין אזיע.

די וויסנשאפטלער האלטן מערסטנס אז די מענטשהייט וואס זיי רופן האמא סאפיענס homo sapiens שטאמען פון אפריקע. טייל וויסנשאפטלער האלטן אז האמא סאפיענס האט אנטוויקלט אין עטליכע ערטער פון דער וועלט.

קלימאט

קלימאט האט א גרויסן עפעקט וויאזוי מענטשן לעבן. קלימאט ענדערט זיך אין די פארשידענע ראיאנען פון דער וועלט. טייל ערטער זענען ווארעם א גאנץ יאר, טייל קאלט.

קלימאט האט אויך אן עפעקט אויפן עסן וואס מענטשן קענען באקומען. איבעראל איז דא א הויפט עסן, וואס רוב מענטשן עסן מערסטע צייט. אין די פארשידענע לענדער איז דאס הויפט עסן: ווייץ, קוקורוזע, הירז, רייז, האבער, קארן, קארטאפל, יאם און באנדלעך.

פרעהיסטאריע

  פרעהיסטאריע

פרעהיסטאריע איז טייטש "פאר היסטאריע; זי באהאנדלט די צייט איידער מ'האט אנגעהויבן שרייבן וועגן זייער לעבן.

ווען די פרעהיסטאריע האט געענדיגט ווענדט זיך אויפן ארט. אין עגיפטן זענען דא דאקומענטן וואס זענען אלט פינף טויזנט יאר. אין אויסטראליע הייבן אן די ערשטע געשריבענע באריכטן פון 1788, און אין ניי גיני פון בערך 1900.

אוראלטע היסטאריע

אוראלטע היסטאריע איז די געשריבענע היסטאריע ביזן סוף פון דער רוימישער אימפעריע.

די אוראלטע ציוויליזאציעס זענען געווען אין שומער (שנער), מצרים, כינע, אינדיע, די מאיא קולטור אין צענטראל-אמעריקע, רוים, און אייראפע.

שומער

 
שומערישע שטעט

שומער איז די ערשטע באוואוסטע ציוויליזאציע אין דער וועלט.[2] די שומערן האבן איבערגענומען די פרוכטבארע האלבע לבנה ראיאן פון מעסאפאטאמיע אין די אוראלטע צייטן, און זיי האבן געבויט אסאך שטעט, וואס יעדע איינע האט געהאט אן אייגענע רעגירונג. אין דער תורה (פרשת נח) ווערט דערמאנט די שומערישע שטעט ארך, אכד, כלנה און נינווה. די תבואה איז געוואקסן אויף די ברעגן פון די חידקל און פרת טייכן.

די שומערן האבן אנטוויקלט א שריפט סיסטעם וואס הייסט פלעקלשריפט.[3] די עלטסטע ווערסיעס פון איינער פון דער וועלטס ליטערארישע ווערק, דער גילגאמעש עפאס, גייען צוריק צו יענער צייט. טייל האלטן אז זיי האבן ערפינדן די זעגלשיף.

נאך די רוימער

  • ביזאנטישע אימפעריע
  • איסלאם
דער איסלאמישער כאליפאט האט געהאט א גאלדענע תקופה אונטער די אבאסידן.
  • מאנגאלישע אימפעריע

די מיטלאלטער

גלאבאליזאציע

אייראפע

  היסטאריע פון אייראפע

אזיע

מאגול אימפעריע

  מאגול אימפעריע
 
דער טאזש מאהאל, געבויט אין 1648 דורך שאח דזשאהאן
 
מאגול אימפעריע אין 1700

די מאגול אימפעריע איז געגרינדעט געווארן אין 1526 און האט געדויערט ביז 1857. זי איז געווארן אזוי גרויס צו הערשן איבער הינדוסטאן (דער אינדישער אונטער־קאנטינענט), און טיילן פון היינטיגן אפגאניסטאן. באבור האט געגרינדעט די אימפעריע אין 1526, און ער האט געהערשט ביז 1530. דער חשובסטער קייסער איז געווען אקבאר (1556–1605). נאכן טויט פון אויראנגזשעב (1658–1707), איז די מאגול אימפעריע געווארן גאנץ שוואך. די אימעפעריע האט געענדיגט אין 1857, ווען אינדיע איז געקומען אונטער דעם בריטישן ראזש.[4]

רעפערענצן

זעט אויך

  דער ארטיקל בנוגע היסטאריע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!