רוי:האבער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
האָבער
האבער פלאנצן
האבער פלאנצן
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Liliopsida
סדר: Poales
פאַמיליע: Poaceae
מין: Avena
זגאַל: A. sativa
בינאמינאלישער נאמען
Avena sativa
L. (1753)

האָבער (Avena sativa) איז א זגאל תבואה וואס מען וואקסט צו ניצן זיין זוימען, בעיקר צו געבן פערד און אנדערע בהמות צו עסן, אבער מען קען אים צעמאלן פאר מענטשן צו עסן, אדער רוי, אין [[גראנאלא] און מיזלי, אדער געקאכט אויף האבער־קאשע.

האבער וואקסט אין זאנעס מיט א מעסיקן קלימאט. ער קען פארטראגן רעגן, און וואקסט גוט אין צפון־מערב אייראפע און אויך אין די פארבערג פון די הימאלייע.

האבער איז אן אייניעריגער פלאנץ; מען קען אים איינזייען אדער אין הארבסט (פאר א שניט אין סוף זומער) אדער אין פרילינג (פאר א שניט אין אנהייב הארבסט).

אין אידישקייט

האבער איז איינער פון די חמשת מיני דגן, אויף וואס מען מאכט א באזונדערע ברכה "מזונות", און מ'דארף מפריש חלה זיין ווען מען מאכט דערפון א טייג וואס מ'באקט. אויך קען מען מאכן מצות פון האבער, וואס מענטשן עסן ווען זיי קענען נישט פארטראגן גלוטן.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!