רוי:זעגלשיף

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א זעגלשיף איז א גרויסער שיף וואס פארט דורכן קראפט פונעם ווינט. אמאליגע צייטן פלעג מען רופן א שיף נאר אזא זעגלשיף מיט אינווינציגסטן דריי מאסטביימער, קוואדראט אויסגעשטאטן. היינטיגע צייטן רופט מען א שיף סיי א זעגלשיף סיי א דאמפשיף.

געשיכטע

ווערנד טויזנטע יארן איז דער זעגלשיף געווען דער עיקר מיטל פון טראנספארט אריבער א גרויסן קערפער פון וואסער, למשל טייכן, אזערעס און ימען. זיי פלעגן טראגן פראכט (סחורה), פאסאזשירן, פאסט, זאפאסן א.ד.ג. ביז צו די היינטיגע טעג ניצט מען זעגלשיפן אין געוויסע ערטער, ווי למשל דער אינדישער אקעאן, אלס קאמערציעלער טראנספארט. אין די אנטוויקלדיקע לענדער כאפט מען פיש נאכאלץ מיט זעגלשיפעלעך. אחוץ דעם אסאך פארן אין הויכע זעגלשיפן אלס פארוויילונג.

געמעל פון א שיף

אויף מיליטערישער צוועקן האבן לענדער געפירט א פלאט פון זעגלשיפן. די לענדער מיט גרויסע אימפעריעס האבן געניצט זעגלשיפן צו האלטן קאמוניקאציע צווישן מיט די ווייטערדיקע מדינות פון דער אימפעריע. בריטאניע, פראנקרייך, שפאניע און די נידערלאנדן האבן געפירט שטארקע פלאטקריגן בכדי צו הערשן איבער די ימען.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 19טן יארהונדערט האט דער דאמפשיף, וואס קען פארן אסאך גיכער, פארביטן דעם זעגלשיף, ווי אויך דער דאמפשיף איז נישט אפהענגיג אין א גוטן ווינט. היינט האט עס געטוישט ווידער און רוב קאמעציעלע שיפן האבן דיזלמאטארן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!