רוי:רבי אהרן ראטה

ווערסיע פון 11:36, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי אהרן ראטה
געבורט ה'תרנ"ה
טויט ו' ניסן ה'תש"ז (אלט: 52 בערך)
רבי אהרן ראטה מחבר פון "שומר אמונים"

רבי אהרן ראטה (ה'תרנ"ה, 1894 - ו' ניסן ה'תש"ז 1947), גערופן רבי אהרעלע, איז געווען א רבי וואס האט געגרינדעט די "שומר אמונים" חברה, וואס נאכדעם וואס ער איז אוועק האט זיך עס אנטוויקלט אין די חסידישע הויפן תולדות אהרן - שומר אמונים (געגרינדעט אויף זיין נאמען נאך זיין פטירה) און נאך וואס זיין איידעם (וואס האט איבערגענימען רוב ציבור) איז אוועק האט זיך געגרינדעט תולדות אברהם יצחק. ביי די תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק חסידים איז ער גערופן "דער אלטער רבי". אין אמתן האט זיך די חבריה געגרינדעט אלס א חברה, אבער אין לויף פון די יארן האט זיך עס אויסגעברייטערט, בעיקר ביים רבי'ן דער תולדות אהרן רבי, אין שפעטער מער ביי זיין זון דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.

אין זיין צוואה דערמאנט ער קודם דעם איידעם (פון תולדות אהרן) אין דערנאך זיין זון. געוואלט האט דער שומרי אמונים אז ביי זיין לויה זאל קיינער נישט מספד זיין נאר אזא איינער וואס איז ראוי צו דעם. ווען די מיטה איז אנגעקומען האט יעדער מורא געהאט זיך צושטעלן מספיד זיין, און אפאר מינוט איז עס געליגן פריי, קיינער האט נישט מספיד געווען. מיט א מאל איז דער איידעם רבי אברהם יצחק צו געלאפן און אנגעהויבן מספיד זיין, און טאקע שפעטער זענען רוב חסידים פון שומרי אמונים אריבער צו דער חברה פון תולדות אהרן.

ו' ניסן תש"ז אינמיטן מאלן דאס מעל צו באקן מצות איז ער נפטר געווארן, 52 יאר אלט, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים חלקת החסידים.

לעבנסגעשיכטע


פירונגען

ער האט איינגעפירט אז אויסער וואס יעדער גייט מיטן פולן ירושלימער לבוש, נעמליך: קאפטן, ווייסע קאפל און זאקן, גייען בחורים אויך מיט שטריימלעך – א זאך וואס איז נישט דא אין קיין אנדערע חסידות אין דער וועלט, וואו מען טוט הערשט אן א שטריימל צו דער חתונה.

משפחה

רבי אהרן האט חתונה געהאט מיט מרת סימא. זיי האבן געהאט צוויי קינדער:

ספרים

דרויסנדיגע לינקס

אויף וויקישיבה http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%A8%D7%91%D7%99_%D7%90%D7%94%D7%A8%D7%9F_%D7%A8%D7%90%D7%98%D7%94

  דער ארטיקל בנוגע חסידות איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!