רוי:טארנאפאל

שטאָט אין אוקראינע
ווערסיע פון 09:41, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

{{יישוב |נאמען= טאַרנאפאל |סארט יישוב= שטאט |אמטשפראך נאמען= Тернопіль |הערב= {{#אייגנשאפט:|פאן= |בילד= Ternopil Castle - panoramio.jpg |באשרייבונג= טאַרנאפאלער שלאס |קאארדינאטן= 49°34′N 25°36′E / 49.567°N 25.600°E / 49.567; 25.600 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט |גרינדונג דאטע= 1540 |מדינה= Flag of Ukraine.svg אוקראינע |אפטייל טיפ= אבלאסט |אפטייל נאמען= טאַרנאפאל |געביט= |ראיאן= טאַרנאפאלר ראיאן |דיסטריקט= |בירגערמייסטער= סערהי נאדאל |גובערנאטאר= |טיפ אונטעראפטייל= |דיסטריקטן אין ראיאן= |שטעט אין ראיאן= |ראיאן הויפטשטאט= |מוטערשטאט= |אפיציעלע שפראך= |שטח= 86 |הייך= |באפעלקערונג= 225,004 |באפעלקערונג יאר= 2022 |באפעלקערונג הערה= |מטרופולין= |הערת מטרופולין= |צפיפות= 3,831 |צייט זאנע= +2 |אתר אינטרנט= |מאפע= |פרטימדיקע מאפע= |סטאטיסטיק= }} טאַרנאפאל (אוקראיניש: Тернопіль טערנאפיל; רוסיש: Тернополь טערנאפאל; פויליש, דייטש און ענגליש Tarnopol) איז א שטאט אין מערב-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם טייך סערעט, וואס געפינט זיך אומגעפער 200 ק"מ דרום־מערב פון קיעוו.

טאַרנאפאל איז די הויפטשטאט פון דער טאַרנאפאלער גובערניע.

געשיכטע

די שטאָט איז געגרינדעט געווארן אין 1540. אין 1544 האט מען געענדיגט דעם טארנאפאלער שלאס. אינעם 17טן יארהונדערט איז די שטאט געווארן פארברענט ביים כמעלניצקי אויפשטאנד; די אלע אידן אין שטאט האט מען גע'הרג'עט אדער פארטריבן. אין 1870 האט מען געעפנט די באנן ליניע פון טארנאפאל קיין לעמבערג. אין יענעם יאר האט טארנאפאל געהאט א באפעלקערונג פון 25,000.


אידישע היסטאריע פון טאַרנאפאל

אידן האבן זיך באזעצט אין טאַרנאפאל שוין ביי זיין גרינדונג און זענען גיך געווארן א מערהייט פון דער שטאט. די שטאט האט געהאט א שול געבויט פון שטיינער וואס האט אויסגעזען ווי א פעסטונג. אין די יארן פון די גזרות ת"ח ת"ט האט די אידישע קהילה געציילט 300 משפחות, וואס רוב פון זיי זענען אומגעקומען דורך די קאזאקן.

נאך 1772, ווען די קהילה איז געווארן אנעקסירט צו דער עסטרייכער אימפעריע, האט אנגעהויבן צו בושעוון אין טארנאפאל די ווינטן פון דער השכלה. די שטאט איז אויך געקומען אונטער דער השפעה פון חסידות פון די ארומיגע גאליציאנער שטעטלעך. צווישן די רבנים פון טארנאפאל איז געווען הרב יוסף באב"ד, מחבר פונעם ספר "מנחת חינוך".

אין 1880 האבן געוואוינט אין טאַרנאפאל 13,468 אידן, און אין 1931, 13,999 אידן.[1]

שטאטס רבנים פון טארנאפאל

די לעצטע אכט שטאטס רבנים פון טארנאפאל זענען געווען:[2]

צווילינג שטעט


רעפערענצן

  1. "טארנאפאל", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. לפי ד"ר הלל זיידמן, רבני טרנופול במאות הי"ח והי"ט, בתוך: פ. קורנגרין (רעדאקטאר), טרנופול, אנציקלופדיה של גלויות: סדרת פולין, כרך שלישי. ירושלים תל אביב, תשט"ו, עמ' 261–266.
  3. באופן לא פורמלי החל ברבנותו כבר בחיי הרב הקודם ב-1912.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!