רוי:מגדל העמק

(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
מגדל העמק
Coat of arms of Migdal Haemek.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1953
ראַיאָן צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער אלי ברדה
שטח 7.637 קוואדראט ק"מ
הייך 222 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

24,000‏  (שטייענדיג 2010)
3,143 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

מגדל העמק איז א שטאט אין צפון דיסטריקט פון ישראל, און געפונט זיך ביים צפון עק פון יזרעאל טאל, און אויף די בערג פון נצרת בערך 4 ק"מ דרום־מערב פון נצרת. די שטאט איז פיר קילאמעטער דרום מערב פון נצרת. דער נאמען פון שטאט איז געגעבן געווארן דורך יצחק בן צבי, דער צווייטער פרעזידענט פון מדינת ישראל.

מגדל העמק איז געגרינדעט אין 1953, אלס מעברה (איבערגאנגס ארט פאר אימיגראנטן), אין דער געגנט פון א פארלאזט אראביש דארף, דערנאך איז מגדל העמק דערקלערט געווארן, אלס אנטוויקלונג שטאט, און אין 1988, אנערקענט געווארן אלס שטאט. נאך דער גרויסער עליה אין די 1990ער יארן, איז די שטאט גרעסער געווארן, און נייע געגנטן זענען געבויט געווארן.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, ריכטיק פאר סעפטעמבער 2009, שטייט די באפעלקערונג אין שטאט ביי 24,800 איינוואוינער.

דער שטאטס רב איז הרב רבי יצחק דוד גראסמאן, זינט 1968; דער בירגערמייסטער איז אלי ברדה, זינט 1998.

אינדוסטריע

אין דריי אינדוסטריעלע זאָנעס:

  • רמת גבריאל - די גרעסטע פון די דריי. ליגט צפון פון דער שטאָט, מערסטנס געניצט פאַר הויך-טעק אינדוסטריע. באארבעט עטליכע 4,000 ארבעטער.
  • דרום אינדוסטריאַלע זאָנע - איז אַ קליינטשיק אינדוסטריע און שייכות באַדינונגען, און באארבעט עטליכע 1,500 ארבעטער.
  • סאַגי 2000 - אַ נייע געגנט דרום פון כפר ברוך אויף רוטע 73. די זאנע איז אַ שותפות צווישן מגדל העמק און די יזרעאל טאל ראיאנישן ראט. די צוקונפדיקע באַן פון חיפה קיין בית שאן גייט אדורכפארן נאנט צו דער זאנע.

בילדונג

אין דער שטאָט עס זענען 22 שטאַט קינדערגאַרטנס, פיר נאציאנאלע-רעליגיעזע קינדערגארטנס, און 21 אומאפהענגיגע קינדערגארטנס. עלעמענטארע שולן זענען דא פיר שטאַטס שולעס, איין שטאַט־רעליגיעזע שולע, איין שול פאר באזונדערער בילדונג און איין חרדישע שול.

אין דער שטאט געפינט זיך דער צענטער פון דער נאציאנאלער חינוך נעצווערק "מגדל אור", וואס דער שטאָטס רב, הרב יצחק דוד גראסמאַן, האט אויפגעשטעלט.

וועבלינק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!