שמועס:אקדמות


לעצטע תגובה: פֿאַר 5 חדשים פון שווערמער אין די טעמע אויסשטל
צושטעלן טעמע

איבערגיין

אקטיווע מכלולאים‏ איך בין מער ווינציגער פערטיג מיטן ברענגען די חומר, יעצט דארף מען עס מגיה זיין, צולייגן און אראפנעמען, אויסברייטערן און פארקורצן כפי הצורך. רושם רשימות (שמועס) 00:09, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מ'גייט פרובירן, אבער די שאנסן אז פאר שבועות זענען שמאל. שווערמער (שמועס) 01:32, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אקעי, וויפיל מ'קען איז הכל ריוח.
אפשר אריינרוקן אין רוי געביט, אז ס'זאל כאטש זיין אינדרויסן. רושם רשימות (שמועס) 03:59, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
וואס זענען די {{להעתיק}}ס? —תנא קמא 📖 💬 04:54, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
מען דארף מעתיק זיין אין קורצן די נוסחאות פון די מעשה, פון די אנגעגעבענע מקורות. רושם רשימות (שמועס) 13:40, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
דאס איז צמא לדעת'ס דעפארטמענט (איך ווייס נישט וואס זיין מינימום איז), אבער דאס אז אונז ארבעטן דערויף שבועות צייט איז אויך א זאך. שווערמער (שמועס) 18:35, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
דרעפטס וועלכע ערזעצן רוי ארטיקלען, און זיי זענען בעצם גרייט מצד דעם שרייבער, און זיי זענען לכה"פ אויף די מדריגה (און אנטהאלטן אלע ניצליכע אינפארמאציע) פון דער רוי ארטיקל, קענען זאפארט ווערן אריבערגעפירט. פון א שנעלע בליק קוקט אויס ווי דער דרעפט קומט שוין ברייט נאך די פאדערונגען. כ'וועל עס גערן אריבערפירן ווען כ'קום אן דערצו, אבער לויט ווי זאכן גייען לעצטנס וועט מען מיר מסתמא אויסכאפן... — צמא לדעתשמועס • כ"ט אייר ה'תשפ"ד 20:21, 6 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
כ'האב אראפגענומען אלע אומפארענדיגטע חלקים, און איך מיין עס גרייט אריינצופירן אין רוי.
ס'איז ממש א שאד ס'זאל נישט ארויפקומען אויף די הויפט בלאט ביי די שבועות לינקס. רושם רשימות (שמועס) 04:52, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אריבערגעפירט צו רוי דערווייל, א דאנק פאר די געוואלדיגע ארבעט! — צמא לדעתשמועס • ד' סיון ה'תשפ"ד 07:55, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
שוין גרינגער צו געבן א קליינע הגהה און רוקן צו הויפט, ווייל וואס דא האט זיך אפגעקאכט איז אומגלויבליך!. און איך מיין עס ערנסט, מ'קען עס נאך מאכן פאר יו"ט. שווערמער (שמועס) 18:45, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

טייטש

אקטיווע מכלולאים‏, וואס האלט איר איבער אריינלייגן דעם פיוט מיט אידיש-טייטש (לכאורה אנשטאט די טעקסט אין {{חלונית}}) אין א באזונדערע אפטיילונג, א שטייגער ווי אין ברוך שאמר#טעקסט און איבערזעצונג?

ביישפילן פון אויסשטעלן וואס מ'קען אפשר ניצן זעט אין די פאלגנדע רעדאגירונגען, פון דעם אינטערשייד און ווייטער. עברי אנכי (שמועס) 19:10, 9 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

נאך א מהלך קען זיין צו לאזן דעם חלונית, און דארט שטעלן דעם טייטש זייט ביי זייט מיט יעדע האלבע שורה (יעדע פערטל בית), אויפ'ן שטייגער ווי מען לערנט עס אין די חדרים. — צמא לדעתשמועס • ד' סיון ה'תשפ"ד 08:01, 10 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אפשר קען מען לייגן א שורה'לע אין קליין, אונטער יעדע שורה.
א שטייגער ווי תפילה בכוונה סידור. רושם רשימות (שמועס) 22:01, 14 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
כ'האב פארגעסן צו צולייגן די צד אויף נישט, (קרעדיט: @רושם). אין #דרויסנדע לינק איז שוין צוגעלינקט א רייע טייטשן פון פארשידענע סארט, איז אפשר נישט נויטיג צו אריינלייגן די טייטש אין ארטיקל גופא. עברי אנכי (שמועס) 22:04, 14 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

אויסשטל

@ספריאל @רושם רשימות איך מיין מען זאל איבערשרייבן די פאלגנדע צוויי קאפיטלען :"די געשיכטע" און "אנדערע ווערסיעס" בערך אזוי:
מאכן איין קאפטיל, ווי די מעשה ווערט דערציילט (נישט אנגעבליך-ציטירט) מיט אלע באדייטענע פרטים, און צום סוף אויסרעכענען אלע חילוקים צווישן די אלטע ווערסיע און דער פון ר' מאטל סלאנימער, און ענדיגן מיט די נאטיץ איבער די אנדערע מקורות. שווערמער (שמועס) 18:49, 18 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

צוריק צו "אקדמות" בלאט.