פרשת תזריע
פרשת תַזְרִיעַ איז די פערטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 27'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ב, פסוק א', ביז קאַפּיטל י"ג, פסוק נ"ט, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 67 פסוקים און ניין פרשיות - פינף פתוחות און פיר סתומות.
| |||||
פסוקים | ויקרא יב, א - יג, נט | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 67 (48'סטע) | ||||
צאל ווערטער | 1010 (48'סטע) | ||||
צאל אותיות | 3667 (48'סטע) | ||||
אינהאלט | טומאת יולדת; נגעים אויף די הויט, קאפ־האר, בארד; דינים פון א מצורע; נגעים אויף קליידער | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
מלכים ב' ד, מב - ה, יט |
אין די פרשה ווערן אויסגערעכנט די דינים פון טומאת יולדת און די קרבנות וואס זי ברענגט; די דינים פון טומאת נגעים אויף א מענטש'ס הויט, האר און בארד; די דינים וויאזוי דער מצורע זאל זיך פירן ווען ער איז טמא; דינים פון נגעים אויף קליידער.
פרשת תזריע ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ז אדר ב' (אין עיבור יארן) און ו' אייר (אין חו"ל). אין טייל עיבור יארן געפאלט די סדרה אום שבת החודש (אין די קביעות השג, החא, בשז און גכז) וואס דאן ליינט מען דעם דעזיגנירטן מפטיר און הפטורה. אין פשוט'ע יארן ווערט תזריע געליינט אינאיינעם מיט פרשת מצורע[א], וואו עס ווערט פארגעזעצט די דינים פון א מצורע. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון תזריע און מצורע 157 פסוקים.
פרשה אינהאלט
אין די פרשה ווערן אויסגערעכנט די פאלגנדע דינים:
- דינים פון א יולדת: די טומאה פאר א וואך נאך א זכר, און צוויי וואכן נאך א נקבה. די ימי טוהר - ריינע טעג נאך די טמא'נע טעג, 33 טעג פאר א זכר (ביז די פערציגסטע טאג), און 66 טעג פאר א נקבה (ביז די אכציגסטע טאג). די קרבנות וואס מען ברענגט נאך די ימי טוהר[1].
- די דינים פון נגעים אויף די הויט: די פאלגנדע סארטן; שאת, בהרת, מחיה (א פארהיילטע נגע), שחין (אן אנטצינדונג), און מכוה (א ברי)[2].
- דינים פון "נתק" נגע: א נגע אויף די האר פון קאפ אדער בארד[3].
- דינים וואס דער מצורע דארף טון: ער זאל זיצן אליין חוץ למחנה, גיין צעריסענע קליידער און באוואקסענע האר, זיך ארומוויקלען דעם קאפ ווי אן אבל, און אויסשרייען "טמא טמא!" אז קיינער זאל זיך נישט צו אים דערנענטערן[4].
- דינים פון נגעי בגדים - נגעים אויף קליידער[5].
אין די קומענדיגע פרשה - מצורע, ווערן פארגעזעצט די דינים פון נגעים און דער פראצעדור ביים זיך רייניגן דערפון.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[6] זענען פארהאן זיבן מצוות אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינט | באפוילענע | עשה / לאו | |
---|---|---|---|---|---|
1 | טומאת יולדת | אִשָּׁה כִּי תַזְרִיעַ וְיָלְדָה זָכָר וְטָמְאָה שִׁבְעַת יָמִים וגו' (יב, ב) | יא[7] | יעדער | עשה |
2 | א טמא'נער מענטש זאל נישט עסן קדשים | בְּכָל קֹדֶשׁ לֹא תִגָּע (יב, ד) | ניין | יעדער | לאו |
3 | קרבן יולדת | וּבִמְלֹאת יְמֵי טָהֳרָהּ לְבֵן אוֹ לְבַת תָּבִיא וגו' (יב, ו) | ניין | פרויען | עשה |
4 | טומאת מצורע | אָדָם כִּי יִהְיֶה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ ... וְהוּבָא אֶל אַהֲרֹן הַכֹּהֵן אוֹ אֶל אַחַד מִבָּנָיו הַכֹּהֲנִים (יג, ב) | יא[8] | יעדער | עשה |
5 | נישט שערן די האר פון א נתק נגע (די האר אדער בארד) | וְאֶת הַנֶּתֶק לֹא יְגַלֵּחַ (יג, לג) | יא | יעדער | לאו |
6 | א מצורע זאל לאזן זיינע קליידער צעריסן און זיין האר באוואקסן | בְּגָדָיו יִהְיוּ פְרֻמִים וְרֹאשׁוֹ יִהְיֶה פָרוּעַ (יג, מה) | יא | יעדער | עשה |
7 | נגעי בגדים | וְהַבֶּגֶד כִּי יִהְיֶה בוֹ נֶגַע וגו' (יג, מז) | יא | יעדער | עשה |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:
אינאיינעם מיט פרשת מצורע:
- גכה יאר און בשה יאר - א' אייר
- בחג יאר און זשג יאר - ג' אייר
- זחא יאר און השא יאר - ה' אייר
- הכז יאר - אין ארץ ישראל - כ"ט ניסן, אין חוץ לארץ - ו' אייר
באזונדער:
הפטורה
די הפטורה פון פרשת תזריע איז אין ספר מלכים ב', פון קאַפּיטל ד', פסוק מ"ב, ביז קאַפּיטל ה', פסוק י"ט[9], וואו עס ווערט דערציילט איבער די ערהוילונג פון נעמן פון זיין נגע דורך אלישע. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ס"ו, פסוקים ז'–כ"ד, און מען ליינט איבער פסוק כ"ג.
למעשה ליינט מען גאר זעלטן די הפטורה פון תזריע, וויבאלד אין פשוט'ע יארן גייט עס אינאיינעם מיט מצורע, און מען ליינט די הפטורה פון מצורע[10]; אין גכה און בשה יארן געפאלט עס אום שבת ראש חודש אייר, און מען ליינט די הפטורה "השמים כסאי", און הכז יארן אין ארץ ישראל געפאלט עס א טאג פאר ראש חודש, און מען ליינט "מחר חודש". אין רוב עיבור יארן געפאלט די פרשה אום שבת החודש, און מען ליינט דעם דעזיגנירטן הפטורה. בלויז אין 16.3% יארן ליינט מען די הפטורה פון תזריע, ווען עס ווערט געליינט באזונדער, און געפאלט נישט אין א ספעציעלן שבת (אין זחג, זשה און בחה יארן).
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת תזריע, אויף שיתופתא
- פרשת תזריע, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת תזריע - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת תזריע, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת תזריע", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת תזריע אויף קול הלשון
- פרשת תזריע, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת תזריע, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת תזריע, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת תזריע, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת תזריע", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת תזריע אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.
רעפערענצן
- ↑ קאַפּיטל י"ב.
- ↑ יג, א–כח.
- ↑ יג, כט–מד.
- ↑ יג, מה–מו.
- ↑ יג, מז–נט.
- ↑ ספר החינוך, מצוות קסו–קעב.
- ↑ דער חלק פון ימי טוהר איז היינט נישט איינגעפירט. ספר החינוך; טור, יורה דעה, סימן קצ"ד.
- ↑ ווען עס איז פארהאן א כהן וואס פארשטייט צו נגעים, און אזוי ביי אלע מצוות אנבאלאנגט נגעים.
- ↑ משנה תורה להרמב"ם סדר התפילה ה׳, ד'.
- ↑ ווי דער כלל צו ליינען די צווייטע ביי פאראייניגטע פרשיות. רמ"א, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ח', בשם דער מרדכי, מגילה כט. ד"ה ר"ח ר"ח טבת שחל להיות בשבת כו'.