אחשוורוש
אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ איז געווען דער קעניג פון די פערסישע אימפעריע אין וועמענ'ס צייטן די געשיכטע פון מגילת אסתר איז פארגעקומען, און ער איז דערין א צענטראלער פיגור. ער האט געקעניגט פערצן יאר, פון שנת ג'שצ"ג ביז שנת ג'ת"ז, איבער א גרויס טייל פון דער וועלט, פארמאגנדיג א גרויסער רייכטום. ער ווערט געשילדערט אלס איינגעזונקען אין תאוות און אומסטאביל, און חז"ל זאגן אז ער איז געווען א שונא ישראל.
צייכענונג פון אחשורוש דורך מ. גאטליב. | |||||||
פולער נאמען | אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | מלכות פרס ומדי | ||||||
אכמאנידישע דינאסטיע | |||||||
| |||||||
ווייב | ושתי, אסתר המלכה | ||||||
|
לגבי זיין היסטארישער אידענטיטעט איז אנגענומען ביי מאדערנע פארשער אז ער איז חשיארש דער ערשטער, אין דער צייט וואס יוסיפון זעט אין אים ארתחששתא דער ערשטער. אויסער דעם זענען פארהאן נאך מיינונגען.
אפשטאם
פארשידענע שיטות זענען פארהאן לגבי אחשוורוש'ס אפשטאם און לגבי ווער זיינע עלטערן זענען געווען, און צי ער איז בכלל געווען פון די קעניגליכע פאמיליע.
אין די גמרא דרש'נט רב אויף דאס ווארט "המולך"[1] – "שמלך מעצמו", ער האט פון זיך אליין געקעניגט, און נישט אלס דער ריכטיגער יורש, לכאורה ווייל ער איז נישט געווען פון די קעניגליכע דינאסטיע[2]. אזוי אויך פארציילט די גמרא אז ושתי האט אנגערופן אחשוורוש'ן "בר אהורייריה דאבא"[3], וואס רש"י טייטשט "דעם טאטנ'ס פערד היטער'ס זון". דער פירוש המיוחס להרמב"ם טייטשט דעם אויסדרוק "דעם טאטנ'ס מיסט קערער'ס זון". לויט אן אנדער מקור איז ער געווען געשטעלט אלס לויפער פאראויס פון בלשאצר'ס רייטוואגן[4].
ווידעראום אין תרגום שני[5] און אין נאך מדרשים[6] ווערט געברענגט אז ער איז יא געווען פון דער קעניגליכע פאמיליע, א זון פון דריווש המדי. אין ילקוט שמעוני[7] ווערט דערציילט אז כורש און דריווש האבן איינגענומען בבל ווען בלשאצר געהאלטן אינמיטן זיין גרויסע סעודה, און דריווש האט זיך געזעצט אויף בלשאצר'ס פלאץ. ושתי, וואס איז דאן געווען א יונג מיידל, האט געמיינט אז דאס איז איר פאטער בלשאצר, און געלאפן צו זיין שויס. דריווש האט אויף איר רחמנות באקומען, און איר פארהייראט צו זיין זון אחשוורוש.
נאך א דעה ווערט געברענגט אין מנות הלוי[8] בשם "תרגום רבה דירושלמי" אויף מגילת אסתר, אז אחשוורוש איז געווען א זון פון כורש.
קעניגרייך
אחשוורוש איז נישט געווען דער ריכטיגער יורש צום טראָן: אדער ווייל ער איז נישט געווען פון די קעניגליכע משפחה, אדער ווייל דער אפמאך צווישן פרס ומדי האט געלויטעט אז נאך כורש פון פרס דארף קעניגן איינער פון מדי[6]. אין די גמרא איז דא צוויי וועגן וויאזוי ער איז געקומען צום טראָן, אדער אז ער האט דעם קעניגרייך געקויפט מיט געלט; אדער ווייל קיין פאסיגער ווי אים צו קעניגן איז נישט געווען[9]. ער האט זיך אויך באניצט מיט פארשידענע טאקטיקן אונטערצודריקן זיינע קעגנער[10].
ווען אחשוורש האט אנגעהויבן קעניגן איז די קעניגרייך געווען א קליינע, און ער האט צוביסלעך איינגענומען מער און מער לענדער ביז ער האט געקעניגט אויף די גאנצע וועלט[11], 127 מדינות. אין מדרש ווערן געברענגט טייל פון זיינע סטראטעגיעס: ער פלעגט ניצן די מיליטער פון די איינגענומענע לענדער איינצונעמען נאך, און ער האט איינגענומען ווייטע לענדער ארומצונעמען די נענטערע[12]. עס זענען דא וואס זאגן אז די 127 מדינות דערמאנט אין די מגילה זענען די וואס ער האט אליין איינגענומען, דערצו האט ער געקעניגט אויף נאך 125 וואס ער האט גע'ירש'נט פון כורש[13]. אין מגילה שטייט אז ער האט געקעניגט "פון הודו ביז כוש", אן אויסדרוק וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט און שטאנדהאפטיגקייט פון זיין קעניגרייך[14]. אחשוורוש האט פארמאגט אן אויסטערלישן רייכטום, מער ווי אנדערע קעניגן פון מדי ופרס[15], ירש'ענענדיג די אוצרות פון נבוכדנצר[16] און כורש[17], פארמאגנדיג אלעס אינאיינעם 1080 אוצרות[18].
לויט טייל מפרשים[19] איז אחשוורוש דער "ארתחששתא" וואס ווערט דערמאנט אין ספר עזרא וואס האט מבטל געווען דאס בויען דעם בית המקדש. די גוים וואס האבן געוואוינט ארום ירושלים האבן געשיקט א בריוו צו אתרששתא צו ווארענען אז די אידן בויען א שטאט, ירושלים, וואס האט אלעמאל ווידערגעשפעניגט אין אירע האַרן. אין רעאקציע צום בריוו האט ארתחששתא געהייסן אפשטעלן דאס בויען, און אזוי איז עס געשטאנען פון זיין ערשטע יאר, ג'שצ"ג, ביז דעם צווייטן יאר פון דריווש הפרסי, שנת ג'ת"ט[20].
אין אחשוורוש'ס דריטע יאר האט זיך געענדיגט די 70 יאר פון גלות בבל לויט זיין חשבון. ער האט גערעכנט פון גלות יכניה און נישט פון דער חורבן הבית, און דערצו האט ער זיך נאך פאררעכנט מיט צוויי יאר, נישט אויפכאפנדיג צוויי אפגעהאקטע יארן פון די פריערדיגע קעניגן. ער האט דאן געפראוועט א גרויסן משתה פאר אלע זיינע שרים פאר 180 טעג, און דערנאך נאך איינס פאר זיבן טעג, פאר די איינוואוינער פון שושן הבירה[21].
אינעם זיבעטן טאג פון דער משתה האט די קעניגן ושתי זיך אנטזאגט פון פאלגן זיין פארלאנג און אים אויך פארשעמט און בארעדט, און ער האט איר דערפאר גע'הרג'עט אדער פארטריבן[22]. די קומענדיגע דריי יאר האט ער פארברענגט זוכן א נייע קעניגן, און אין זיין זיבעטן יאר האט ער געקרוינט אסתר המלכה.
אין זיין צוועלפטע יאר איז פארגעקומען די געשיכטע פון פורים: המן האט געמאכט א גזירה אויסצו'הרג'ענען אלע אידן, און אסתר האט גע'שתדל'ט ביים קעניג עס מבטל צו זיין. אין זיין דרייצנטע יאר, אין י"ג און אין י"ד אדר, האבן די אידן גע'הרג'עט פיל פון זייערע שונאים.
אחשוורוש האט געקעניגט 14 יאר, און דריווש הפרסי, זיין זון מיט אסתר, האט אים איבערגענומען[23]. טייל ראשונים זאגן אז א קעניג ארתחששתא האט געקעניגט נאך אים[24].
כאראקטער
אין מסכת מגילה ווערט געברענגט א מחלוקת צווישן רב און שמואל לגבי אחשוורוש'ס כאראקטער: איינער האט געהאלטן ער איז געווען א קלוגער, און דער צווייטער האלט אז ער איז געווען א נארישער[25]. אין מדרש ווערט געברענגט אז אחשוורוש איז געווען א חנף, און דער מדרש ווייזט אן אז ער האט גע'הרג'עט זיין ווייב צוליב זיין פריינד, און זיין פריינד צוליב זיין ווייב[26]. די גמרא ברענגט אויך אז אחשוורוש איז געווען א "הפכפכן", און ער האט אלץ געטוישט זיין מיינונג[27].
די גמרא זאגט אז אחשוורוש איז געווען פונקט אזא אנטיסעמיט ווי המן, און ער האט פונקט אזוי געוואלט אויסצו'הרג'ענען די אידן:
משל דאחשורוש והמן למה הדבר דומה, לשני בני אדם לאחד היה לו תל בתוך שדהו ולאחד היה לו חריץ בתוך שדהו. בעל חריץ אמר מי יתן לי תל זה בדמים, בעל התל אמר מי יתן לי חריץ זה בדמים. לימים נזדווגו זה אצל זה, אמר לו בעל חריץ לבעל התל מכור לי תילך, אמר לו טול אותה בחנם והלואי
רב האט אים פארגליכן צו נבוכדנצר: נבוכדנצר האט גע'הרג'עט פיל אידן, און אזוי האט אחשוורוש אויך געוואלט טון; נבוכדנצר האט חרוב געמאכט דעם בית המקדש, און אחשוורוש האט אויך אזוי געוואלט טון, און ער האט למעשה אפגעשטעלט דאס בויען דעם בית המקדש. רב האט אריינגעטייטשט דעם אנאלאגיע אין זיין נאמען "אחשוורוש" – "אחיו של ראש ובן גילו של ראש", דער ברודער פון נבוכדנצר וואס איז געווען דער קאפ אין נבוכדנצר'ס חלום. שמואל דרש'נט זיין נאמען פון לשון "שחור" – שווארץ, ווייל די פנימ'ער פון אידן זענען פארשווארצט געווארן אין זיינע צייט[28].
די גמרא זאגט אויך אז די בירגער אונטער אחשוורוש האבן געליטן פון אים און זיינע שטייערן, און דרש'ענען עס אריין אין זיין נאמען:
רבי יוחנן אמר: כל שזוכרו אמר אח לראשו. ורבי חנינא אמר: שהכל נעשו רשין בימיו.
חז"ל דערמאנען אבער אויך עטליכע גוטע זיטן פון אחשוורוש[29].
היסטארישע אידענטיטעט
די היסטאריע אין דער פערסישע עפאכע איז אומקלאר, און עס זענען פארהאן סתירות צווישן וואס מען זעט אין חז"ל און אין די פסוקים און וואס די גריכישע היסטאריקער האבן רעקארדירט. דאס פארשווערט צו דערגיין אויף זיכער די היסטארישע אידענטיטעט פון די מלכי פרס וואס ערשיינען אין תנ"ך, צווישן זיי אחשוורוש.
פארשידענע פארשלאגן זענען געזאגט געווארן, דער מערסט אנגענומענע איז אז אחשוורוש איז געווען חְשׁיארשׁ דער ערשטער (485-465 פאר די ציילונג), וואס איז באקאנט אין דער געשיכטע אלס קזערקסיס (Xerxes). א הויפט סיבה אזוי צו זאגן איז ווייל פון אן עטימאלאגישע שטאנדפונקט ענדלט די פערסישע נאמען "חשיארש" צו "אחשורוש". חשיארש דער צווייטער האט געקעניגט בלויז 45 טעג, און אלע אנדערע קעניגן האבן געהייסן "דריווש" אדער "ארתחששתא". אזוי אויך דער נאמען פון זיין קעניגין ווערט געברענגט דורך דער גריכישע העראדאטוס אלס "אמסתריס", וואס ענדלט צו "אסתר"; אויך דער נאמען פון א קעניגליכער באאמטער אין שושן, "מרדוכה", קלינגט ווי "מרדכי"[30]. אזוי אויך זענען דא א צאל דעטאלן אין דער מגילה וועלכע שטימען שטארק מיט חשיארש'ס קעניגרייך, ווי זיין העדאניסטישע לעבנסשטייגער[31].
אנדערע שלאגן אפ דער מיינונג, בעיקר ווייל ער האט געקעניגט צו לאנג נאך דער חורבן בית ראשון, וואס וואלט באדייט אז מרדכי און אסתר זאלן האבן געווען גאר אלטע לייט, און אז צווישן כורש און אחשוורוש האט צעטיילט ארום 50 יאר – אנדערש ווי וואס חז"ל זאגן אז אחשוורוש האט געקעניגט באלד נאך כורש'ס צייטן. אזוי אויך גייט די מיינונג אינאיינעם מיט די הנחה אז נס פורים האט פאסירט נאכן בנין בית שני אין די צייטן פון דריווש דער פאטער פון חשיארש, וואס איז ווייטער אנדערש פון די צענטראלע דעה אין חז"ל[32][א].
יוסף בן מתתיהו[35] דערקענט אחשוורוש אין ארתחששתא דער ערשטער (465-425 פאר דער ציילונג), וואס ווערט אנגערופן אין גריכיש "לאנגמאנוס" – דער מיט די לאנגע האנט. אויך דער תרגום השבעים טייטשט אחשוורוש "ארטעקזערקסיס" – די גריכישע ווערסיע פאר ארתחששתא. געוויסע טייטשן לויט דעם אז דאס וואס שטייט אין די מגילה[36] "ויין מלכות רב כיד המלך" מיינט אז פונקט ווי דער "יד המלך" איז געווען לענגער פון דער צווייטער, אזוי אויך האט מען יעדן געגעבן וויין וואס איז עלטער ווי אים, ווי דער גמרא[14] דרש'נט אויף די דאזיגע פסוק[37].
אן אנדערע גאנגבארע מיינונג איז אז אחשוורוש איז געווען ארתחששתא דער צווייטער (405-358 פאר דער ציילונג)[38]. דער גריכישער פלוטארכוס באשרייבט צווישן זיינע ביאגראפיעס אויך דעם ארתחששתא, וואו ער ווערט געשילדערט מיט אסאך ענליכקייטן צו אחשוורוש פון דער מגילה: ער איז געווען א גרויסער טרינקער, מען האט געפלאנט אויף אים אן אטענטאט, און פון צווישן פילע מוידן האט ער אויסגעקליבן דער מיידל וואס האט דווקא נישט געוואלט אריינגיין צו אים ביז מען האט איר געצוואונגען[39].
אלכסנדר הול האלט אז אחשוורוש איז כנבוזי דער זון פון כורש (530-522), און איינקלאנג מיט וואס חז"ל זאגן אז אחשוורוש האט געקעניגט גלייך נאך כורש און נאנט צו 70 יאר פון גלות יכניה[40]. אויך יעקב אשכנזי איז ביי דער מיינונג אז אחשוורוש איז פון די ערשטע פאר פערסישע קעניגן און נישט פון די שפעטערדיגע[32]. נאך א מיינונג איז אז אחשוורוש איז דריווש דער גרויסער (522-485), און זיין זון חשיארש דער ערשטער איז דריווש הפרסי אין וועמענ'ס צייטן מען האט געפארטיגט בויען דעם צווייטן בית המקדש[41].
נאטיצן
- ↑ פון טייל מקורות ווייזט אבער אויס אז אחשוורוש איז טאקע געווען שפעטער. אזוי זעט מען פון פרקי דרבי אליעזר, אז אחשוורוש איז געווען נאך דריווש[33]; און פון תרגום שני, אז מרדכי האט געשיקט צו חגי זכריה און מלאכי וועלכע זענען געזעסן אין לשכת הגזית אז זיי זאלן אפשרייען די גזירה[34].
רעפערענצן
- ↑ אסתר א, א
- ↑ מגילה יא, א, און רש"י אויפן ארט
- ↑ מגילה יב, ב
- ↑ ילקוט שמעוני, אסתר, רמז תתרמ"ט
- ↑ פרק א פסוק א
- ↑ 6.0 6.1 צבי הירש ווייס, "מלכות אחשורוש", פרסומי ניסא, אין "אוצר המנוצר" אות א', ניו יארק תשע"ה
- ↑ ילקוט שמעוני אסתר רמז תתרמ"ט
- ↑ רבי שלמה אלקבץ, מנות הלוי, פרק א פסוק א
- ↑ מגילה יא, א
- ↑ פירוש המיוחס להרמב"ם אויף מגילת אסתר אויפן פסוק (אסתר, א, א) "המולך מהודו ועוד כוש"
- ↑ פאר אן אויספירליכע ליקוט איבער די גרויסקייט פון אחשוורוש'ס קעניגרייך זעט: צבי הירש ווייס, פרסומי ניסא, אין "אוצר המנוצר" אות ט', ניו יארק תשע"ה
- ↑ רבי שלמה אלקבץ, מנות הלוי, אסתר פרק א פסוק א בשם מדרש רבתי דאחשוורוש
- ↑ רבי רפאל חייא פונטרימולי, ילקוט מעם לועז, אסתר א, א
- ↑ 14.0 14.1 מגילה יב, א
- ↑ און אויף אים גייט ארויף דער פסוק (דניאל יא, ב) "וְהָרְבִיעִי יַעֲשִׁיר עֹשֶׁר גָּדוֹל מִכֹּל". (פרקי דרבי אליעזר פרק מט)
- ↑ אסתר רבה פרשה ב, מדרש אבא גוריון פרשה א
- ↑ תרגום ראשון, אסתר א, ד
- ↑ ווי מען זעט אין די גמרא מגילה יא, א
- ↑ ווי דער אבן עזרא אויף דניאל יא, ב
- ↑ עזרא ד; סדר עולם רבה פרק כט
- ↑ מגילה יא, ב
- ↑ זעט אסתר א, יט און די מפרשים, דארט.
- ↑ סדר עולם רבה פרק כח
- ↑ אבן עזרא דניאל יא, ב בשם רבי משה הכהן הספרדי
- ↑ מגילה יב, א.
- ↑ אסתר רבה פתיחה אות ט'
- ↑ מגילה טו, ב.
- ↑ מגילה יא, א.
- ↑ אסתר רבה, פרשה א', פסקה ט"ו; מגילה יג, א.
- ↑ עולם התנ"ך - מגילות, עמ' 215
- ↑ רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ז, ירושלים: מוסד הרב קוק, תרצ"ט, עמ' 262; גבריאל חיים כהן, דעת מקרא מגילת אסתר, ירושלים, תשס"ז, זייט 4; יהודה לנדי, ויהי בימי האימפריה הפרסית, קרית יערים, תשע"א, זייט 40
- ↑ 32.0 32.1 יעקב אשכנזי, דבר בעתו, ירושלים, תרצ"ח, זייט 20
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק מ"ט, זעט רד"ל און מהרז"ו
- ↑ תרגום שני, אסתר ד, א
- ↑ קדמוניות היהודים, יא, ו, יא
- ↑ אסתר א, ז
- ↑ רבי אברהם אבא הערצל, שפתי חכמים, פרעשבורג, תרפ"א, פתיחה, פרק ז אות ד
- ↑ יעקב מדן, מבוא צו חיים חפץ, "מלכות פרס ומדי בתקופת בית שני ולפניה - עיון מחדש", מגדים יד, לויט י. הושנדר
- ↑ גבריאל חיים כהן, דעת מקרא מגילת אסתר, ירושלים, תשס"ז, זייט 6
- ↑ נאכגעברענגט אין: יוסף יצחק ברינר, אוצר מפרשי התנ"ך – עזרא, ירושלים, תשע"ה, זייט סח
- ↑ אליעזר גרינהוט, מבוא לפירוש עזרא ונחמיה, ירושלים, תרנ"ט