רוי:שפאניש

ווערסיע פון 23:50, 17 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
לענדער וואו מען רעדט שפאניש

שפאַניש (español, עספּאַניאָל), אויך גערופן קאַסטיליש (castellano, קאַסטעיאַנאָ), איז א ראמאנישע שפראך וואס איז די הויפט שפראך פון שפאניע און רוב לענדער פון דרום אמעריקע. די שפראך איז אין אמת'ן קאסטיליש, ד.ה. די שפראך וואס האט אנטוויקלט פון לאטיין אין קאסטיל (צפון שפאניע).

שפאניש איז די מערסט פארשפרייטע שפראך אין דער מערב האלבקויל, מיט גרויסע באפעלקערונגען פון מוטערשפראך שפאניש רעדערס פון פאטאגאניע צו קאנאדע. אין דעם 21סטן יארהונדערט, ווערט שפאניש מער געלערנט און גענוצט פון פראנצויזיש ווי די צווייטע שפראך פאר אינטערנאציאנעלער קאמוניקאציע, נאך ענגליש.

אומגעפער 75% פון שפאניש שטאמט פון לאטייניש.

מער ווי 360 מיליאן מענטשן אין דער וועלט רעדן שפאניש ווי זייער ערשטע שפראך.

שפאניש איז איינע פון די זעקס אפיציעלע שפראכן פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז זי אן אפיציעלע שפראך פונעם אייראפעאישן פארבאנד, פון דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן, פונעם פאראיין פון דרום-אמעריקאנישע לענדער און נאך א סך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע.[1] זי איז די צווייטע שפראך אין דער וועלט[2][3][4][5] לויט דער צאל פון מענטשן וואס רעדן זי ווי מוטערשפראך, נאך מאנדארין כינעזיש, מיט 437 מיליאן מאמע־לשון רעדער.

היסטאריע

 
א בלאט פון Cantar de Mio Cid, די עלטסטע פרעזעווירטער שפאנישער עפאס, אויף מיטל־עלטערישער שפאניש.

די שפאנישע שפראך האט זיך אנטוויקלט פון וואולגאר-לאטייניש, וואס די רוימער האבן געברענגט צום איבערישן האלבאינזל בשעת דער צווייטער פונישער מלחמה וואס האט אנגעהויבן אין יאר 210 פאר דער ציווילער רעכענונג. פאר דעם האט מען גערעדט אנדערע שפראכן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט לאטיין—טייל אפילו אן קיין שייכות מיט אינדא-אייראפעאיש—אינעם איבערישן האלבאינזל. די שפראכן שליסן איין באסקיש (וואס מ'רעדט ביזן היינטיקן טאג), איבעריש, קעלטיבעריש און קעלטיש.

די ערשטע דאקומענטן וואס ווייזן עפעס א שייכות מיט דער היינטיקער שפראך זענען פונעם 9טן יארהונדערט. דורכאויס דער מיטל אלטער און ביז צו דער מאדערנער תקופה, זענען די חשוב'סטע השפעות אויף שפאניש געקומען פון די שכנותדיקע ראמאנישע שפראכןנאווארא-אראגאנעזיש, לעאנעזיש, קאטאלאניש, פארטוגעזיש, גאליסיש, אקיטאן, און שפעטער, פראנצויזיש און איטאליעניש. שפאניש האט אויך געבארגט א היבשע צאל ווערטער פון אראביש.

לאדינא

די שפראך לאדינא וואס ספרד'ישע אידן רעדן וואס שטאמען פון שפאניע איז טאקע קאסטיליש מיט אריינגעמישט לשון־קודש, און ווערט געשריבן אויף לשון-קודש אותיות, אזוי ווי יידיש.

וויפיל רעדער אין יעדן לאנד

פאלגענד איז א רשימה פון די נומערן בערך פון רעדערס פון שפאניש אין פארשידענע לענדער פון דער וועלט וואוּ שפאניש איז די אפיציעלע שפראך פון לאנד:

לאנד מוטער־שפראך רעדער[7]
1   מעקסיקא 109,711,000
2   שפּאַניע 45,054,000
3   ארגענטינע 40,301,000
4   קאלאמביע 34,000,000
5   ווענעזועלע 26,480,000
6   פערו 20,000,000
7   טשילע 13,800,000
8   קובא 10,000,000
9   עקוואדאר 9,500,000
10   דאמיניקאנישע רעפובליק 6,886,000
11   גוואטעמאלע 4,673,000
12 טעקע:Flag of Honduras (2008 Olympics).svg האָנדוראַס 5,600,000
13   באליוויע 3,483,700
14   על סאַלוואַדאָר 5,900,000
15   ניקאראגוא 4,347,000
16   פאראגוויי 186,880
17   קאסטא ריקא 3,300,000
18   פארטאָ ריקאָ 3,437,120 (1996)
19   אורוגוויי 3,000,000
20   פאנאמא 2,100,000
אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע און בעליז איז ענגליש די ערשטע שפראך און שפאניש די צווייטע שפראך. אין בראזיל איז פארטוגעזיש די ערשטע שפראך אבער א סך בראזיליאנער לערנען שפאניש אלס צווייטע שפראך. אויך איז שפאניש אן אפיציעלע שפראך אין עקוואטארישער גינע, וואס איז אמאל געווען א שפאנישע קאלאניע (מיטן נאמען שפאנישע גינע).

שפאנישע גראמאטיק

ווערב-סיסטעם אויף שפאניש

אויף שפאניש בייגן ווערבן לויט 3 גרונטיקע קאניוגאציעס: ווערבן וואס אין דער אינפיניטיוו פארעם ענדיגן מיט ar (למשל: jugar - שפילן), ב-er (למשל: comer - עסן) וב-ir (למשל: ir - גיין).

Amar - ליב האבן, רעגולערער ווערב ar
פערזאן יעצטיקייט פארגאנגענהייט צוקונפט קאניונקטיוו
אומפערפעקטיוו פערפעקטיוו
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) amo amaba amé amaré amaría
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) amas amabas amaste amarás amarías
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) ama amaba amó amará amaría
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) amamos amábamos amamos amaremos amaríamos
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) amáis amabais amasteis amaréis amaríais
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) aman amaban amaron amarán amarían
Comer - עסן, רעגולערער ווערב er
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) como comía comí comeré comería
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) comes comías comiste comerás comerías
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) come comía com comerá comería
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) comemos comíamos comimos comeremos comeríamos
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) coméis comíais comisteis comeréis comeríais
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) comen comían comieron comerán comerían
Vivir - לעבן, רעגולערער ווערב ir
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) vivo vivía viví viviré viviría
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) vives vivías viviste vivirás vivirías
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) vive vivía viv vivirá viviría
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) vivimos vivíamos vivimos viviremos viviríamos
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) vivís vivíais vivisteis viviréis viviríais
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) viven vivían vivieron vivirán vivirían


וויקיפּעדיע אויף שפאניש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעאישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש


רעפערענצן

  1. "אפיציעלע שפראכן | פאראייניגטע פעלקער". www.un.org. Retrieved 2015-11-19.
  2. Ethnologue (edición 18), (véase Lenguas por número de hablantes).
  3. CIA Factbook (ver datos de "World" en columna de "Country")
  4. Enciclopedia sueca: Lista de las 12 lenguas más habladas por hablantes maternos en 2010
  5. Según la revista Ethnology en su edición de octubre de 2009 (eldia.es)
  6. "Historia de los cartularios", euskonews.com
  7. לויט עטנאלאג. יאר איז 1995, אחוץ ווען עס שטייט אנדעריש.
  דער ארטיקל בנוגע שפראכן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!