רוי:רבי חיים יוסף דוד אזולאי

רב, מקובל, היסטאריקער
רבי חיים יוסף דוד אזולאי

הרב חיים יוסף דוד אזולאי, באקאנט מיט זיינע ראשי תיבות חיד"א, (ה'תפ"ד 1724 - י"א אדר, ה'תקס"ו 1806) דאס איז דער באקאנטער ספרדישער גדול און אדם השלם וואס האט באלייכט דאס ספרדישע אידנטום מיט זיין תורה, קדושה, חכמה, פקחות.

דער חיד"א האט מחבר געווען צענדליגע ספרים אויף אלע מקצועות התורה, ער איז געווען א באקאנטער מענטש אין דער גארער וועלט.

ער איז געווען א שד"ר צוויי מאל פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ, וואס האט געזאמלט געלט פאר די ארימע אידן אין ארץ ישראל.

דאס לעצטע מאל ווען ער איז ארויסגעפארן אין איטאליע, איז ער שוין פארבליבן דארט, מייסטענס אין ליווארנא, און האט דארט מחבר געווען רוב פון זיינע ספרים. ער איז געווען אין אסאך מדינות צווישן זיי ארץ ישראל, מצרים, איטאליע, אמסטערדאם, פראנקרייך, און האט זיך געטראפן מיט אסאך אידן און גויים צוגלייך, מיט רבנים, צדיקים, לומדים, קעניגן, שרים, עשירים און נאך וויכטיגע לייט, ער האט נושא חן געווען וואו אהין ער איז געקומען. זיינע ספרים זענען א קוואל וואס יעדער שעפט דערפון, ספעציעל היסטאריקער פון אידישן פאלק האבן אנגענומען וואס ער שרייבט אלס די מערסטע קראנט.

זיינע נסיעות און וואס עס איז אריבער אויף אים האט ער זעלבסט געשריבן אין זיינע צוויי קונטרסים וואס הייסן "מעגל טוב" צוויי חלקים.

ער איז געבוירן שנת ה'תפ"ד.[1] און איז נפטר געווארן י"א אדר ה'תקס"ו.

דער חיד"א האט געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, מען האט געהאט פאר אים א ספעציעלער הדרת כבוד, ער שרייבט אז זייענדיג אין טריאסטי זענען די אידן אזוי נתפעל געווארן פון אים אז מען האט אים געברענגט א ספעציעלן שטוהל ער זאל זיך זעצען און מענטשן האבן אים געטאראגן אין בית המדרש. (מעגל טוב, זייט 78). ער שרייבט אז אין אמסטערדאם האט ער געהערט ווי אין פארשידענע שטעט האבן אסאך פארציילט פון זיין גרויסקייט. אויך אסאך גוים און גרויסע הערן פלעגן אים קומען באזוכן און הערן פון אים קלוגשאפט, איינמאהל זייענדיג אין טורינו איז געקומען צו אים דער אמבעסאדער פון פראנקרייך מיט א דעלעגאציע אים באזוכן. אויך גרויסע עשירים, סוחרים און באנקירין זענען אים געקועמן באזוכן מיט כבוד (מעגל טוב, זייט 173). און נרבונה זענען געקומען אלע שרים און הערין פון שטאט באזוכן, מיט זייער ווייבער, אים צו זעהן, "זיי האבן מיר געגעבן גרויס כבוד" (מעגל טוב, זייט 134).

זיינע גרויסע זיידעס און עלטערן

דער חיד"א האט געשטאמט פון זייער גרויס יחוס. עטליכע דורות זענען אלע געווען גרויסע רבנים און ראשי בית דין.

דער ראש פון דער משפחה און דער גולת הכותרת איז ר' אברהם אזולאי דער בעל מחבר פונעם וואונדערליכן ספר חסד לאברהם, א תלמיד פון ר' חיים וויטאל. דער חיד"א ברענגט פיל פון אים.

ר' אברהם האט געהאט א זון ר' יצחק אזולאי אויך א גרויסער גאון א ראש ישיבה. ר' יצחק האט געהאט א זון ר' ישעיהו אזולאי וואס איז געווען א בעל מקובל און א ראש בית דין אין ירושלים און אין חברון. זיין זון איז געווען א גאון פון ירושלים איינע פון די ראשי בית דין אין זיינער צייט, ר' רבי יצחק זרחיה אזולאי דער טאטע פון דעם חיד"א.

זיינע רביים

דער חיד"א האט געהאט עטליכע רביים, אבער דער עיקר וואס ער פארעכנט פאר זיין רבי מובהק איז ר' יונה נבון דעל בעל מחבר פון ספר נחפה בכסף, ער איז געווען זיין פעטער, זיין טאטע'ס שוואגער.

אויך האט ער געלערנט ביים אור החיים, רבי חיים בן עטר, ער איז ארויף אויף ארץ ישראל אין יאר ה'תק"ג און איז דארט געווען עלף חדשים, אין די עלף חדשים האט דער חיד"א געלענרט אין זיין בית המדרש פון נגלה (ער האט אויך געהאט א בית המדרש פון נסתר סודות התורה).

ווען דער חיד"א איז אריין אין זיין ישיבה איז ער אינגאנצן געווען אלט 18 יאר, און דאך האט ער זיך פארעכנט פאר די אויגעצייכנטע תלמידים אין די ישיבה. ער ברענגט פון זיין רבי'ן דער ר' חיים בן עטר אסאך שיעור מאמרים און טייטשן און הלכות. זעה (מחזיק ברכה או"ח סי' תכ"ו אות ג', סי' תס"ז אות ט' ככר לאדן דף קכ"ה, דף קי"ח, פתח עינים שבועות דף ט"ו, כסא רחמים פרק כ"ו, חומת אנך ישעיה מא, רוח חיים דף ע"ח), און נאך.

דער דריטער גאון ביי וועם דער חיד"א האט געלערנט אלס בחור איז ר' אליעזר נחום אדריאנופאלי, און אויך ביים דעם גאון ר' ישראל מאיר מזרחי, ר' יצחק ב"ר יהודה הכהן רפאפורט, ר' גדליה חייון, רבי יצחק הכהן, ר' חיים ניסים משה מזרחי. און נאך.

אין קבלה און אין סודות התורה פארעכנט זיך דער חיד"א אלס תלמיד פון דער גרויסער בעל מקובל רבי שלום מזרחי דידיע שרעבי באקאנט מיטן נאמען דער רש"ש. אין מעטה תהלה (דף קי"ט) שטייט אז דער רש"ש האט אים אמאל געזאגט אזוי: "איך ווייס אז דער עיקר וואס דיין ציל אויף די וועלט דארף זיין צו לערנען נגלה, אין דעם האסטו א שטארקע השגה, אבער צום סוף וועסטו פארשטיין צו לערנען די חכמת האמת".

די יוגנט יארן

זיין טאטע שרייבט אויפ'ן חיד"א ביי זעקס און זיבן יאר האט געקלאפט אין אים א גייסט פון ה', ער האט דערקענט השי"ת, און האט זיך נישט אפגעטוהן פונעם אוהל תורה, פון מיין שוואגער (הקדמה שער יוסף).

אויך זיין רבי ר' יונה נבון שרייבט אויף אים אין דער הסכמה זייער גרויס ווי ער האט עוסק געווען בלויז אין תורה, און ווי אונטער די ניין יאר איז ער שוין געווען א שם דבר אין גאנץ ירושלים אין יענע צייט ווען גאונים און תלמידי חכמים האבן זיך געווארפן אין אלע זייטן.

ביי די צוועלף יאר האט ער שוין אנגעהויבן צו שרייבן הגהות אויפ'ן ספר האגור און אויף הלכות מליחה. זיין רבי האט אים געלענרט ער זאל שרייבן אסאך, אויך ווען זיין רבי איז ארויס געפארן קיין מצרים האט ער אים אנגעזאגט ער זאל שרייבן אים בריוו פון חידושי תורה כדי ער זאל מיטהאלטן וואס ער לערנט, און זיך לערנען שרייבן (חיים שאל ח"א סי' ס"א, וסי' ס"ג, ברכי יוסף יור"ד סי' ק"ע). זיין רבי האט אים געזאגט שרייב אויף פאפיר וואס דו ביזט מחדש, קוק נישט צו עס איז גוט אדער נישט (נחפה בכסף ח"א חו"מ סי' ד').

ער האט זיך צוזאמען גענומען מיט עטליכע פון זיינע חברים אין די ישיבה בית יעקב און האבן געלערנט תורה. פון זיינע חברים זענען באקאנט ר' יום טוב ב"ר יעקב אלגאזי, ר' שלמה חייא מזרחי דער זון פונעם גאון ר' ישראל מאיר מזרחי.

דער חיד"א איז אויך אינטערגעשריבן אונטער דעם באקאנטען "שטר התקשרות" פון די תלמידים פון דער רש"ש. דער שטר ההתקשרות איז א אינטערעסאנטער דאקומענט וואס איז געבליבן און די חוקרים פון היינטיגע צייטן שרייבן אסאך דערוועגן, אינעם שטר שטייט אז עס האבן צוזאמען גענומען אסאך חשובע תלמידי חכמים צווישן זיי דער חיד"א און זיין חבר דער מהרי"ט אלגאזי, צו זיין געבונדען און חברים אויף דער וועלט און אויף יענער וואלט. דער שטר איז אונטערגעשריבן עטליכע מאל, אין פארשידענע יארן די צווייטער שטר וואס מיר האבן איז געשריבן אין יאר ה'תקי"ד, דערנאך אין יאר ה'תקי"ח, ה'תקי"ט.

דער שטר איז ענליך וואס מען זעט ווי די חבורה פון ר' חיים וויטאל האט געשריבן אין זיינער צייט.

זיין פריוואטע הארעוואניע

ֿ עס איז געבליבן פון חיד"א אינטערעסאנטע התנהגות און הראוואניע וואס ער זעלבסט האט פארצייכנט אין זיינע מאמוערן מעגל טוב, ווי אז אין די עשרת ימי תשובה איז ער אייביג געזעסען אליין מיט התבודדות, ער האט אין זיי כמעט נישט גערעדט, און געפאסט די וואכן טעג פון זיי, און אפילו ביינאכט האט ער געגעסן בלויז קאקוס, ער פלעגט פאסטן אסאך נישט טרינקען אפילו קיין וואסער, ער שרייבט איינמאהל האט ער געפאסט גאנצע פופציג שעה (מעגל טוב שנת תק"ל). אפילו אין יאר ה'תקמ"ז ווען ער איז געווען נישט געזונט האט ער אויך באוויזען צו פאסטן. אין די טעג האט ער אויסגעזאגט זעקס מאל גאנץ תהלים.

ער האט געפאסט יעדן ערב ראש חודש, אלע טעג פון שובבי"ם, און אסאך נעכט דערפון האט ער נישט געטרונקען אפילו וואסער.

שבת און ימים טובים האט ער גערעדט בלויז לשון הקודש,

ער פלעגט אסאך לערענן משניות און מוסר ספרים און ער שרייבט אז תלמידי חכמים זענען מחויב צו לערנען תנ"ך, משניות, און מוסר ספרים (דבש לפי אות ת'). אויף א פלאץ שרייבט ער: מען איז מחויב צו לערענן יעדן טאג מוסר (צפורן שמיר פ"ד אות נ"ג. מורה באצבע פ"א אות י"ז).

זיין גאונות, בקיאות און ידיעות

דער חיד"א איז געווען א קענער און ווייסער פון אלעס און אלדונג, ער שרייבט: הקב"ה האט מיר געגעבן כח און א גוטן שכל מפלפל זיין מיט שטארקייט און חריפות, די מענטשן וואס הערן וואונדערן זיך דערויף, א גאנצע נאכט האב איך עוסק געווען אין טיעף פלפול ביז עלות השחר (מעגל טוב, זייט 61) והיה לי פתחון פה להקשות ולתרץ מענין לענין, והענינים שהיו אומרים הם הייתי טוען עליהם והכל בקלות גדל בעזר מש-די (דארט, זייט 64).

ער דערמאנט אין זיין טאג בוך אז אין יאר תקכ"ד ווען ער איז ארויס פון ירושלים, זענען אים באפאלן א באנדע אראבער וואס האבן אים געוואלט שלעכטס טון, ער שרייבט וויבאלד מיר האבן זיך געפונען אין א סכנה האב איך געמוזט דערמאנען דעם הייליגן נאמען פון שמירת הדרך, און זיי האבן נישט געהאט קיין שליטה אויף אונז. (מעגל טוב, זייט 47).

עס זענען פארבליבן אויך עטליכע קמיעות פונעם חיד"א, אויך אין זיינע בריוו דערמאנט ער עטליכע קמיעות וואס ער האט געגעבן פאר זיינע נאנטע (אגרות רוזנבערג סי' ז', לבנו תשרי תקמ"ט ועוד). אויך אין זיינע ספרים (יוסף בסדר, שומר ישראל, סנסן ליאיר, כף אחת) ווערט דערמאנט ספעציעלע שמירות און סגולות פאר פרויען וואס שוואנגערן, פאר האבן א זון, פאר רפואה, פאר פחד, פאר הצלחה, פאר חן פאר א קעניג, א שר א מושל. ער שרייבט אין כף אחת סי' ל"ב א אמת'ע סגולה פאר יעדן ענין, מען זאל זיין א אמת'ער עניו פון טיפעניש פון הארץ, געבן צדקה ווי ווייט מען קען, און לערנן תורה לשמה לשם שמים.

זיין השפעה אויף שפעטער

פון דעם חיד"א איז איבערגעבליבן אסאך פאר'ן כלל ישראל, ווי למשל, די סאך תפלות און בקשות וואס דער חיד"א האט מתקן געווען, וואס כמעט גאנץ כלל ישראל זאגט עס, עס איז צושפרייט אין זיינע ספרים סנסן ליאיר שומר ישראל, יוסף בסדר, כף אחת, כרם חמר, בית מנוחה, משמרת הטהרה, חדשים לבקרים. ספעציעל איז באקאנט די סדר פון הקפות אויף שמחת תורה פון מורה באצבע צפורן שמיר, וואס שטאמט פון חיד"א. אויך דער לאנגער תפלה וואס אידן זאגן ביי תשליך ראש השנה שטאמט פון חיד"א, אויך איז גאר באקאנט דעם סדר פון חיד"א אינעם חק לישראל וואס ווערט גערופען יוסף לחק.

די הצלחה פון חיד"א איז אויך דערמיט וואס חוץ דעם וואס ער האט געשריבן ספרים און פסקי הלכה און אסאך חיבורים פאר כלל ישראל, האט ער אבער אויך אסאך צוגעלייגט אז דער המון עם און פשוט'ער איד זאל האבן נוצען, ווי זיינע סאך תפלות וואס ער האט געשריבן און מזכה געווען כלל ישראל, זיי חומש און הוספות פון ספר חק לישראל, און זיין פירוש אויפ'ן זוהר ניצוצי אורות, און זיינע פירושים אויף עין יעקב ווי פתח עינים, מראות עין.

דער חיד"א איז געווארן אנגענומען אין גאנץ כלל ישראל, נישט בלויז ביין ספרדים, מען קען אפשר זאגן אז ער איז מער געשעצט און חשובער ביי אשכנזים ווי ספרדים, די ספרדים באציען זיך צו אים ווי נאך א גרויסע גדול פון ספרד, אבער ביי די אשכנזים איז ער גאר שטארק אנגענומען. אט זענען אויסצוגן פון גדולי ישראל אויף אים.

ער אליין פארציילט אז די גאונים ווי דער פני יהושע, און הגאון רבי שאול אב"ד אמסטארדאם, האבן אים גאר שטארק מכבד געווען.

דער בני יששכר שרייבט אויף אים: איך ווייס נישט וואו דער מראה מקום דערפון איז נישט אין סוגיות הש"ס, אבער וויבאלד דער חיד"א איז א רב מובהק אין זיין דור שרייבט אזוי בבית דין של מטה, פסק'נט מען אזוי אויך אין בית דין של מעלה.[2] אויך ברענגט דער בני יששכר זיינע ספרים ראש דוד, דבש לפי, און ער האט געשריבן דערויף הערות.

דער גאון רבי אלעזר פלעקלס שרייבט אויף אים אין זיין ספר מעשה בר' אליעזר איך האב געזעהן א גלייכע אנגענומען זאך אין דעם חבור שמחת הרגל צו דעם געטליכן מאן, דער הייליגער און קלוגער מאן, דער בעל מחבר פון ברכי יוסף.

די נסיעות פונעם חיד"א

דער חיד"א איז ארויסגעפארן פון ארץ ישראל אויף צוויי לאנגע נסיעות אלס שד"ר צו זאמלען געלט פאר די ארעמעלייט אין ארץ ישראל. די ערשטע נסיעה איז געווען אין יאר תקי"ג, מיט זיין באדינער שמואל בן חיים, קיין מצרים און אייראפע. די צווייטע נסיעה איז ער געפארן אין יאר תקל"ג, מיט אברהם גבאי, קיין צפון אפריקע און אייראפע.

דער חיד"א האט מיט גרויס חכמה צוריקגעברענגט שטאלץ כבוד און עהרע פון די תלמידי חכמים פון ארץ ישראל, ער האט זייער אפבאכט געגעבן צו דערהייבן דעם כבוד פון ארץ ישראל איבעראל. ווען איינער האט אים געלאדעענט און האט דער חיד"א האט מורא געהאט אז עס וועט נישט גוט אויסקומען פאר זיין געלד גיין שרייבט ער "דאס פאסט נישט פאר א שלוח פון ארץ ישראל (מעגל טוב) ווען דער גאון פני יהושע האט אים מכבד געווען און געהייסן אים געבן געלד שרייבט ער: לתת לי מדרו לפי כבוד ארץ ישראל (מעגל טוב עמוד 23). ווען אים אמסטערדאם האט מען אים ספעציעל מכבד געוווען שרייבט ער "דאס איז אלעס לכבוד ארץ ישראל (מעגל טוב 134). דער חיד"א נעמט אייביג אהן אלס מיט ליבשאפט אפילו מען האט אים פארשעעמט און מען האט נישט דערקענט זיין גרויסקייט אבער ווען א פרנס אין מאנטי סאן סאבינו האט אים פארשעמט אלץ שליח ארץ ישראל שרייבט ער " אוי לו לדור שאתה פרנסו, הטוב בעיניך לזלזל בשליח ארץ ישראל כאחד הפחתי"ם".

דאס ערשטע מאל וואס דער חיד"א איז ארויס געפארן צו זאמלן געלד איז געווען אין יאר ה'תקי"ג, ער איז דאן אלט געווען ניין און צוואנציג יאר, מיט זיין באדינער שמואל בן חיים, (ער איז דערטרונקען געווארן אין וואסער אין יאר תקט"ז, מעגל טוב עמוד 42). ער האט מיטגעמאכט א שווערן וועג אראבער זענען אים באפאלן און געוואלט צורויבן וואס ער האט, אנקומענדיג קיין עזה איז געווארן שבת, זיינע מיטפארער האבן געוואלט ווייטער פארן, דעריבער איז ער פארבליבן אליין אין שטאט, ער האט דארט געווארט פופציג טעג כמעט צוויי חדשים, ביז עס איז געקומען נייע מיטפארער, ער איז מיט זיין געגאנגען קיין מצרים, פון אלכסנדריה איז ער געפארן קיין איטאליע קיין ליווארנא. עס איז דאן געווען ר"ח אלול שנת ה'תקי"ג. ער איז פארבליבן אין שטאט ביז נאך סוכות, כ"ה תשרי ה'תקי"ד איז ער געפארן באזוכען אין די פאלגענדע שטאט, קודם קיין פיסה, פירינצי, סיינה, מוטי סאן סאבינו, ליפיאנו, אורבינו, פיזארו, סיניגאליה, אנקונה, צוריקן קיין סיניגאליה, פיזארו, רימיני פאינצה, לוגו, פירארה, מודינה, ריגייו, גואסטאללה, מנטובה, וירונה, פאדובה, ויניציאה, צוריק קיין פאדובה, ווירונה, דאס זענען שטעט אין איטאליע וואו דער חיד"א האט באזוכעט די ישובים פון אידן צו מאכן געלד פאר די ארץ ישראל אידן.

דער חיד"א האט מען אויפגענומען אין איטאליע ווי א חשובער גאסט, איבעראל איז ער איינגעשטאנען ביי די רבנים פון שטאט אדער ביי די ראשי קהילה און עשירים, ווי ער זעלבסט פארצייכט אלעס אין זיין טאג בוך "מעגל טוב". מען האט אים שטענדיג מכבד געווען זאגן א דרשה, ער שרייבט: האנשים האלה שלמים הם, כולן שוים לטובה לעשות יקר יותר לשלוחי ארץ ישראל, גם לי איש צער הפליאו לעשות ויום ולילה עד חצות לא כלתה רגל מחשובי ופרנסי וחכמי העיר, כת נכנסת וכת יוצאה בדידי קא משתעו (עמוד 7). אויב איז ער אנגעקומען איז א פלאץ ווי מען האט זיך נישט געפירט מיט אים מיטן ריכטיגן כבוד שרייבט ער אמאל אזוי: אנקומענדיג קיין האנאו איז דער שמש פון שטאט מיך קעגן געקומען, און מיך פארבעטן צו זיך אין שטוב, האב איך אים געזאגט איך וויל זיך זעהן מיט דיין רב, ווייל עס פאסט נישט פאר א שליח פון ארץ ישראל איך זאל איינשטיין ביי דיר (מעגל טוב עמוד 21).

אין חודש סיון איז ער געפארן פון וירונה קיין דייטשלאנד און באזוכט די דייטשע שטעט וואו אידן וואוינען, בולזאנו, אינסברוק, פירזי, קריגסהאבער, הארבורג, איטינגן, וואסערטרידינגען, אנסבאך, פיורדא, באמבערג, האספורט, ניידרוירן, הייצפעלד, היידינגספעלד, אשפנבורג, זליגנשטאט, האנאו, פראנקפורט דמיין, ווארמייזא, צוריק קיין פראנקפורט און איז דארט געזעסן פון סוף חודש אב ביז י"ט חשון שנת ה'תקט"ו, פון דארט קיין מאגענצא, בינגן, בון, דיסלדורך, קליוו, נימווגן, פון דארט איז ער געפארן קיין האלאנד.

דער חיד"א איז געווען אין דייטשלאנד ניין חדשים. אבער דא ביי די קהילות פון אשכנז האט ער נישט געהאט אזויפיל הצלחה, ער האט דארט נישט געהאלטן קיין דרשות, מען האט אים נישט געגעבן קיין געהעריגע אכסניא, אפט מאהל האט ער געמוזט איינשטיין ביי גוים. און אסאך פלעצער האט ער גארנישט געמאכט קיין געלד. דער סיבה פאר וואס מען האט אים נישט געהעריג אויפגענומען אין דייטשלאנד איז געווען צוליב די תקנה אז אלע געלטער פון אשכנז זאל מען נישט שיקן פאר די ספרד'ישע קהילות אין ארץ ישראל נאר צו די קהילות וואס שטאמען פון אשכנז. די תקנה האט מען געמאכט אפילו מיט רשות פון די פקידים אין קושטא וואס זיי זענען געווען די בעלי בתים אויף די געלד פאר די ספרד'ישע קהילות, אבער דער חיד"א האט דאס נישט געוואסט (מעגל טוב עמוד 15).

דער חיד"א איז געקומען קיין האלאנד צוועלף טאג אין טבת שנת ה'תקט"ו, און געווען דארט ביז י"ג ניסן, פון דארט איז ער געפארן קיין האג און ראטערדאם, פון דארט קיין ענגלאנד, לאנדאן, פון דארט קיין קאלאי אין פראנקרייך. ער איז אנגעקומען קיין פאריז צוועלף טאג אין אב און געווען דארט ביז י"ד אב, פון דארט קיין בורדו, איונה, מונטפלייר, נים, אביניון, קארפאנטראץ, ליל, קאבארליון, ניצדה די פרובאנס, פון דארט צוריק קיין איטאליע קוניאו, פוסאנו, קארמאניולה, טורינו, ווירצלי, קסאלי, אליסנדריה די לה פאליה, גיונואה ביז ליוורנאו צו זיין באקאנטע אכסניה זיין גוטער פריינד מיכאל פירירא די ליאון, געווען איז דאס דרייצען טאג אין ניסן. דארט האט ער געדרוקט זיין ערשטע ספר שער יוסף.

ער האט זיך געהאלטן אין ליווארנא ביז זעקס און צוואנציג טאג אין סיון שנת תקי"ז, און איז איז אפגעפארן פון דארט מיט א שיף קיין טורקיי, קיין איזמיר, גאליפולי, טיקיר דאג, קושטא, דאס האט גענומען ביז ר"ח אדר ב' שנת ה'תקי"ח, פון דארט קיין יפו און איז געקומען קיין ירושלים פיר טאג אין חודש ניסן.

אלס חבר בית דין אין ירושלים

ווען דער חיד"א איז צוריק געקומען פון זיין ערשטע נסיעה אין חודש ניסן תקי"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס חבר בית דין פון ר' מיוחס בכר שמואל, פריער איז דארט געווען חבר בית הדין זיין טאטע ר' רבי יצחק זרחיה אזולאי.

דער חיד"א איז געווען ראש בית דין און האט גענומען א חלק אין די זאכן וואס א רב און א אנגעזעהנער פירער דארף טוהן, עס זענען פארבליבן אסאך כתבים און פסקים וואס דער חיד"א מיט זיינע חברים האבן געשריבן. דאס האט אנהגעהאלטן זיבען יאר, פון יאר ה'תקי"ז ביז יאר ה'תקכ"ד, דאן האט פאסירט א זאך וואס האט צושטערט זיין פרידן.

געווען איז דאס אזוי: אין יענע צייט איז געווען כמעט נישט קיין געלד פון וואס צו לעבן אין ירושלים, דער ישוב אין ירושלים איז געווען חכמים אידן וואס האבן געלערנט און געדאווענט, נישט געהאנדלט, אלע וואס זענען געווען דארט זענען געווען גאר פרומע אידן, ווי דער חיד"א פארציילט דאס אין שו"ת און אין אסאך אנדערע פון זיינע ספרים, דאס געלט איז געקומען פון חוץ לארץ, די ספרד'ישע קהילות זענען אסאך בעסער געווען אויסגעשטעלט ווי די פון אשכנז (ביז די חסידים און די תלמידי הגר"א האבן שפעטער אויך אזוי געטוהן), אידן האבן מנדב געווען אסאך געלד פאר די תלמידי חכמים און ספרדישע קהילות, דער וועד פאר די געלד איז אין א געוויסן זון געווארן אנגעהפירט דורך עשירים און רייכע לייט פון דער שטאט קושטא פון איטאליה, דער וועד אין קושטא האט געשטעלט פיהר "פקידים" פון ארץ ישקראל וואס זיי זאלן אנפירן אלע געלטער פאר די ספרד'ישע אידענטוהם אין ארץ ישראל, די פקידים אין ארץ ישראל האבן געהאט א גרויסער כח, זיי האבן אנגעפירט אלע געלטער, אלע שטעלעס אין די קהילות, די לעצטע ווארט זענען זיי געווען, אויך זענען זיי געווען די פארטשטייער פון די אידן קעגן די אראבישע רעגירונגען וואס האבן דאן געהערשט אין ארץ ישראל.

אין יאר ה'תקי"ד האט מען געשטעלט א נייעם פקיד, א גרויסע עושר און באקאנטער מענטש שיך רחמים הכהן, קודם איז יעדער צופרידן געווען מיט אים, ער פלעגט געבן אסאך פון זיין אייגן געלד פאר תלמידי חכמים, ער איז געווען א גרויסע עסקן און האט אסאך געהאלפן פאר אידן און דעריבער זענען געווען אסאך וואס האבן גאר געבעטן דעם וועד מען זאל אים שטעלן אלס פקיד, אבער אינ מיטן יאר ה' תקט"ז, האט אויסגעבראכן א פייער'דיגע מחלוקה קעגן אים, די אנדערע דריי פקידים האבן געהאלטן אז ער נעמט אסאך געלד פאר זיך, ער גיט נישט אפ קיין פונקעטליכע חשבון, עס האט זיך געמאכט צווישן דעם ישוב פארשידענע דעות מענטשן וואס האבן מיט געהאלטן מיט שיך רחמים און מענטשן וואס זענען געווען קעגן אים, שיך רחמים איז געווען אין כעס און איז געגאנגען צו די אראבישע רעגירונג פארשטייער און האט אים געגעבן אסאך געלד, און דערפאר האבן זיי אים געגעבן כח ער זאל קענען שטראפען און מסר'ן פאר די רעגירונג יעדער וואס וויל אים שלעכטץ טוהן, אויך האט ער געהאט א כח ארויף לייגן געלד שטראפן פאר אלע וואס שטערן אים.

שיך רחמים הכהן האט דעם כח אויסגענוצט און האט גע'קנס'ט יעדער וואס ער האט האט געהאט דעם מינדעסטן חשש, ער האט זיך געמישט בפרטיות אין יעדע זאך וואס איז אים נישט געווען וואו ער וויל האט געצוונגען עס זאל זיין ווי ער וויל. עס האט אויסגעבראכן א ריזין מחלוקה אין ירושלים, צווישן די גאנצע קהילה, יעדער איז געווען פארמישט דערין, מען האט געשריבן פאר די וועד אין קושטא אז שיך רחמים איז נישט אויסגהאלטן, זיי האבן אים בודק געווען, לויט זייער מיינוג איז ער יא גוט געווען, זיי האבן אים געשריבן ער זאל זיין איינגעהאלטן, אסאך תלמידי חכמים האט ער בא'קנס'ט וואס זיי האבן געהאלטן עס איז געווען אומזיסט, מען האט זיך געגען געשטעלט זיינע באפעלן, און ער האט גע'מסר'ט, די אראבישע פארשטייער אין ירושלים האט אים אראפ געשטעלט פון זיין שטעלע, ער האט געגעבן מער געלד האט מען צוריק געשטלעט, די ספרד'ישע קהילה אין ירושלים איז געווארן צובראכן אויף שטיקער. (די גאנצע מעשה שטייט מיט א גרויס אריכות אין הקדמה פון שו"ת פרי האדמה (ח"ד), ספר התקנות וההסכמות ירושלים סי' נ"ז, שו"ת מזבח אדמה חו"מ סי' ב', יור"ד סי' של"ד, ספר ברכות המים יור"ד סי' של"ד)

די נסיעה און אנטלויף קיין מצרים

אין יענער צייט וואס שיך רחמים הכהן איז אראפגעשטעלט געווארן דורך די אראבישע פארשטייער, די פקידים אין קושטא זענען געווען צומישט זיי האבן נישט פארשטאנען וואס עס גייט פאר, האבן זיי קודם אויפגעהערט צו שיקן געלד, זיין האבן געוואלט וויסן א קלארע זאך, האט דער חיד"א מיט זיינע חברים דער מהרי"ט אלגאזי זיך ארויסגעלאזט קיין קושטא זיך דורכשמועסן מיט די וועד וואס מען זאל טועהן צוריק שטעלן שלום אין שטאט, זיי זענען געפארן קיין מצרים, דארט זענען זיי געוואר געווארן אז שיך רחמים הכהן איז צוריק געווארן דער פקיד, דער חיד"א האט דאן געהאלטן אז עס האט שוין נישט קיין זין ווייטער צו פארן וויאבלד מען וועט גארנישט אויפטוהן, רחמים הכהן איז ממילא דער בעל הבית.

אסאך פון די תלמידי חכמים אין ירושלים זענען אנטלויפן פון דארט, צוליב מורא אז שיך רחמים הכהן וועט נקמה נעמען פאר יעדעם וואס ער האלט אז יענער שטערט אים, דער חיד"א האט אויך מורא געהאט זיך צוריקערן קיין ארץ ישראל, ער האט זיך בעזעצט אין מצרים און האט דארט געהאט א פירענדע טייל אין די קהילה.

דער חיד"א איז זייער נישט באקוועם געווען אין מצרים ווייט אוועק פון זיין סביבה, זיין משפחה און חברים, די אידן פון מצרים האבן געוואוסט אפצושאצען זיינע כוחות און זיי האבן אים אויפגענומען פאר רב אין די קהילה, אין שבת תשובה ה'תקכ"ה האט ער געזאגט א עפענונג דרשה לכבוד זיין נייע שטעלע. ער האט אסאך געבענקט צוריק צו גיין קיין, ער האט געזעהן אז אסאך תלמידי חכמים זענען שוין צוריק און ער האט געמוזט בלייבן אלס רב אין זיין קהילה אין מצרים, אין יאר תקכ"ה איז זיין טאטע ר' רבי יצחק זרחיה אזולאי נפטר געווארן, דאס האט אים אויך זייער צובראכן.

עס זענען פארבליבן אסאך בריוו וואס דער חיד"א שרייבט צו זיינע רבים, חברים און תלמידים ווי שטארק ער וויל צוריק גיין ירושלים, ווי ער גלוסט צו די הייליגע ערד און וויל זוכה זיין צו אלע גוטע סגולות פון הייליגקייט פון ארץ ישראל, אבער ער קען נישט (זעה אגרת מצרים מכתב י"ט, אגרות חיד"א ליוורנא סי' נ"ו, ל"ח, אגרת החיד"א לאביו סיני כרך מ"ג תשי"ח עמ' רל"ד ועוד). ער שרייבט אזעלכע לשונות ווי "ואותר רק אני לבדי אשתומם כאיש נדבה, כי גדל הכאב מאד בכל עת אשר אני רואה כי רחק ממני מנחם, טוב לי אז בארץ הצבי מט"ה מנוולת כמעט כסדום בין תנות וכירים, וכו' הוציאה ממסגר נפשי אשובה אראה הר ציון.

אלס ראש ישיבה אין חברון

פינף יאר איז דער חיד"א געווען אין מצרים. אין יאר תקכ"ט חודש אדר איז ער געפארן קיין קאפוטקיה, ער איז געבליבן דארט ביז פיר טאג אין חודש סיון, און אכט טאג אין סיון איז ער געקומען קיין יפו, פון דארט האט ער זיך באזעצט אין חברון. ווי עס זעהט אויס האט נאך אלץ מורא געהאט צוריק צו גיין קיין ירושלים.

דעם טאג וואס ער איז געקומען קיין חברון איז אים זייער חשוב געווען ער שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים (כת"י החיד"א אויפן ספר לבוש מיט הגהות פון זיין זיידע דער חסד לאברהם) בזה"ל: זיכנו המרחם ברוב רחמיו להתספח בנחת ה' פה עיה"ק חברון ת"ו שילהי סיון תקכ"ט, הוא ברחמיו יזכינו לשקוד בו אני וזרע זרעי בתורה ובבמצות וזכות מורי זקני הקבור פה יגן בעדי כן יהי רצון.

אין חברון איז ער געוון פון די ראשי בית דין, ער ווערט דארט פארעכנט פון די ז' טובי העיר, און האט געשריבן אסאך בריוו וועגן דעם מצב פון אידן דארט, ער האט דארט געשטעלט א ישיבה מיט תלמידים, און ער האט זיך דארט באקענט מיט אסאך גדולי ישראל פון דארט, ספעציעל האט ער געמאכט באקאנטשאפט מיט דעם גאון ר' אהרן אלפאנדארי דער בעל מחבר פון סםר יד אהרן, אויף שלחן ערוך, דער חיד"א ברענגט פון אים אין זיינע ספרים אסאך זאכן וואס ער האט געהערט פון אים.

דער חיד"א איז געווען אין חברון דריי יאר אין פיהר חדשים, ביז מען האט אים נאכאמאהל מכבד געווען ער זאל זיין די שד"ר און ארויספארן קיין חוץ לארץ שאפן געלד פאר ארימעלייט בני תורה אין ארץ ישראל.

די צווייטע נסיעה קיין חוץ לארץ

דער חיד"א איז ארויס פון חברון מיט זיין גבאי אברהם גבאי. ווי אויך צוויי באגלייטערס ר' יעקב אליישר ור"י נאחמיאיש, ראש חודש חשון שנת תקל"ג, זיין זענען געפארן קיין אלכסנדריא און געוואלט פון דארט נעמען א א שיף קיין ליווארנא, איטאליע. אין יענער צייט איז געווען א קריג אין מיטל מזרח, אין די שיירה וואס איז געפארן מיט אים איז געווען א גרויסער שר וואס די קהילה פון חברון איז אים שולדיג געווען פינעף טויזנט זהובים, דער חיד"א האט זייער מורא געהאט אז דער וועט אים צווינגען צו באצאלן דעם חוב, ווען עס איז געוקמען פאר שבת האט די שיירא נישט געוואלט ווארטן אויף די אידן איבער שבת, זענען זיי געבליבן אליין, און די שיירא האט זיך געריקט ווייטער, אינמיטן שבת איז דער שר געקומען צום חידא און אים געבעטן דעם חוב, דער חיד"א האט זיך זייער געבעטן צו אים ער זאל ווארטן ביז נאך שבת. בלית ברירה האט ער אים צוגעזאגט אז נאך שבת וועט ער אים עס געבן. די שיירא האט זיך גערוקט און דער חיד"א מיט זיינע יידישע בייגלייטער האבן ענלדיך דערכאפט דעם שיירא.

זיי זענען געקומען קיין עגיפטן און דארט זיך געזאמם גאנצע זיבן חדשים, אין יענע צייט אין אויך רוסלאנד געווען פארמישט אין א קריג, און דער חיד"א האט מורא געהאט צו פארן אויפן ים, אפשר וועט מען אים חושד זיין אין שלעכטץ, ענדליך צוויי און צוואנציג טאג אין תמוז איז ער ארויסגעפארן פון אלכסנדירה מיט א שיף, און איז געקומען קיין תוניס פאר ראש השנה.

חודש תשרי אין תוניס

אריינקומענדיג קיין תוניס האט מען דעם חיד"א דארט מכבד געווען ווי עס פאסט זיך, די גרויסע ראשי קהילה האבן אים גערופען צו זייערע מלכות'דיגע הייזער, די תלמידי חכמים פון שטאט זענען אים געקומען באזוכן. דער חיד"א צייכנט איהן אין זיין ספר מעגל טוב, אז פרויען וואס זענען געווען שוואנגערדיג מיט קינדער, האבן געשפירט פאר א זכיה צו קוקען אויף די שיינע הערליכע מלכות'דיגע געשטאלט פונעם חיד"א כדי זייערע קינדער זאלן זיין גראטן, ווען דער חיד"א האט געוועלט אוועק גיין פון דארט נאך סוכות האבן אים די אידן פון תוניס נישט געלאזט, אזוי ווייט אז זיי האבן געבעטן פונעם סולטאן ער זאל נישט געבן רשות פארן חיד"א אוועק גיין פון שטאט. די חכמים פון שטאט פלעגן קומען צום חיד"א און זיך גע'טענה'ט מיט אים אין הלכה, זיי האבן אים געוואלט איבערקלוגן, אבער עס איז זיי נישט געלונגען דער חיד"א איז געווען מער חריף, מער גאון און בקי ווי זיי, און דערפאר האבן זיי מחשיב געווען דעם חיד"א, ער שרייבט מיט עניות (מעגל טוב עמוד 60) עס איז וואונדערליכ ווי די גאונים און חכמים וואס זענען גאר שארף קענען מיך נישט בייקומען, ואנכי רש ונקלה.

פון די אנדערע זייט איז אבער דער חיד"א נישט צופרידן געווען אין תוניס, בטבע איז דער חיד"א געווען א איסטניס, גאר א ריינער און איידעלער מאן, און די מענטשן פון תוניס זענען געווען פאר אים פארגרעבט און נישט איידל, ער שרייבט אויף זיי: וכבר הייתי אומר להם הדרך ארץ הוטא מטבע פסול בארצכם.

מיט דעם אלעס איז געלונגען פארן חיד"א צוזאמען נעמען צדקה פאר ארץ ישראל אין תוניס גאר א גרויסער סכום געלד, און זיי האבן זיך געזעגנט מיט אים מיט א הערליכן געזאנג, און פיהר און צוואנציג טאג אין ניסן איז ער ארויס פון תונס עס האבן אים בייגלייט פופצין מענטשן וואס האבן געשלעפט דעם וואגן אנשטאט פערד.

דער חיד"א איז אוועק גפארן פון תוניס זעקס טאג אין אייר, און איז געקומען קיין ליווארנאט זיבעצען טאג אין אייר, און איז אריין אין שטאט הערשט צוואנציג טאג אין אייר, ער האט זיך אויפגעהאלטן דארט ביז ניין און צוואנציג טאג אין סיון, ער איז דארט איינגעשטאנען ביי זיין טאכטער שרה.

ער איז פון דארט געפארן באזוכען די שטעט אין איטאליע ווי פיסה, סיינה, פירינצי, סיניגאליה, אנקאנא, פיזארא, רימיני, לוגו, פיראפה, מטובה, קולורנו, וויראנא, וןיניציא, קונילייאנו, גראדיסקה, גוריציאה, טריעסטי, קונילייאנו, גארדיסקה, גוריציאה, קונייאן, ריגייו. איבער א יאר צייט האט ער באזוכט די אויבענדארמאנטע שטעט און צוזאמען גענומען געלד פאר די ארץ ישראל אידן, פון דארט איז ער אריבער קיין פראנקרייך, פון דארט אין די נידערלאנדן, בריסל, צוריק קיין פאריז, פראנקרייך, ליאון, און צוריק קיין איטאליע. ער האט געוואנדערט אין פארשידענע שטעט אין איטאליע, ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין ליווארנא אכט און צוואנציג טאג אין אלול שנת תקל"ה. און דערמיט געפארטיגט זיין שליחות פאר די ארץ ישראל אידן.

אין אלע פלעצער ווי ער איז געקומען האט מען אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און שעצונג ווי עס פאסט פאר אזא גרויסער מענטש, געווען שטעט ווי מען אים ארויסבייגלייט מיט די ראשי הקהילה צוזאמען מיט הונדערטער אידן, אויך די פרויען אין קינדער האבן זיך געשטופט א קוק צו טאהן אויף אזא גרויסן מענטש. אזוי איז געווען אין פראנקרייך, און אין אמסטארדאם, האלאנד.


אין ליווארנא

ביי איינע פון זיינע נסיעות האט דער חיד"א מחליט געווען אז ער פארבלייבט אין ליווארנא.

איינע פון די גרויסע פראגעס וואס די וואס די יודישע היסטאריקערס פרעגן פארוואס האט דער חיד"א זיך באזעצט אין איטאליע און זיך נישט אומגעקערט קיין ארץ ישראל. אין זיינע ספרים וואס ער האט געשריבן אין ליוואורנא איז ער שעטענדיג מתפלל ער זאל נאך אנקומען קיין ארץ ישראל ווי ער שרייבט אין יאר ה'תקל"ו: הוא ברחמו יוסיף לי שנות חיים טובים ויעזרני על דבר כבדו שמו וייטיב אחרית על התרוה וכו' ולחזור להתישב ארץ ישראל בכבוד ועושר וישוב וזרע קודש (קונטרס מסעות דף 77). אין יאר ה'תקל"ט ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין צווייטע ווייב שרייבט ער ונזכה לעלות לארץ ישראל בישוב ובהשקט ובטח מרב כל (מעגל טוב, זייט 177). אין זיין פנקס חשבונות דף 27 שרייבט ער תחל שנה וברכותיה וכו' ויוליכנו לשלום לעיר הקדוש ירושלים. און אזוי געפינט מען אין עטליכע פלעצער. פאקטיש האט ער פראבירט עטליכע מאל ארויף גיין קיין ארץ ישראל, אמאל מיט זיין זון אברהם, אבער קיינמאל איז אים נישט געלונגען. עס האט מן הסתם אויך געהאלפען דעם פאקט אז אין חוץ לארץ האט ער דאן געקענט מסדר זיין און דרוקן רוב פון זיינע גרויסע חיבורים. און באקאנטע ספרים.

אייגענטליך איז דער חיד"א געווען גוט באקאנט אין אלע פלעצער פון זיינע נסיעות פון פריער, אין יאר ה'תקכ"א איז נפטר געווארן דער רב פון די ספרד'ישע קהילה אין אמסטרדאם רבי יצחק בן דנא די בריטו, שוין דעמאלטס האט די קהילה געוואלט דער חיד"א זאל קומען ווערן רב, די קהילה איז אמסטרדאם איז געווען די חשוב'סע און רייכסטע קהילה פון די ספרדים אין דעם גאנצען געגענט, אבער דער חיד"א האט נישט מסכים געווען ער האט זיי געשריבן אז ער האט א שטארקע אפמאך ביי זיך אז ער וויל נישט זיי א רב אין א קהילה. יאהרן שפעטער שרייבט דער חיד"א אין זיין ספר מעגל טוב (ע' 137) ווען ער איז דארט ארום נאך געלד, האבן נאך די רייכע לייט געהאט א טענה צו איהם היתכן ער האט זיי אפגעזאגט, זיי האבן איהם נישט געגעבן כבוד ווי עס פאסט זיך פאר אזא פערזענליכקייט.

אין יענער צייט אין יאר ה'תקל"ה זיבן טאג אין חודש חשון האט דער חיד"א חתונה געהאט מיט זיין ווייב רחל בת משה לוי, זי איז געקומען פין איטאליע פון שטאט פיסה, און עס איז פארשטענדליך אז דערמיט האט דער חיד"א זיך צוגעבונדען מער קיין חוץ לארץ. און איז געפארן קיין ליווארנע.

אין ליווארנע איז דער חיד"א איינגעשטאנען אין דעם הויז פון זיין נאנטן חבר און גוטער פריינד רבי מיכאל פירירא די ליאון. אין יענער צייט האט דער חיד"א געדרוקט זיין מייסטער ווערק אויף שלחן ערוך ברכי יוסף, און אין ליווארנא איז געווען א גרויסער דרוקעריי פון אידישע ספרים איז ער פארבליבן דארט א שטיק צייט. זיין חבר מיכאל פירירא האט אויפגעשטעלט א ישיבה און א בית המדרש לכבוד דעם חשובן גאסט. דער חיד"א דערמאנט אויך אז ער האט געלערנט מיט די חשובע קינדער פון מיכאל יעקב פירירא און גבריאל פירירא. דער חיד"א איז געווען זייער צוגעבונדען צו זיי, און עס איז דא פארשידענע כתבי יד ווי דער חיד"א איז מרמז אויף זיי און דערמאנט ווי ער ארבייט אויף זייערע נשמות און זייערע נפשות אין מעגל טוב עמוד 69 שרייבט והייתי עמהם אור הו' עד הבקר. אויף א פלאץ שרייבט סיפי (סיניאר יעקב פירירא) הוא קרוב לתקון יותר מאחיו וילמוד עמי פחות שעה א' בשבוע והוא יתראה פנים אחר זמן. סיפ קרוב לתיקון ויזהר ליצנות והם מיוחדים בליוורנו. (ספר החיד"א למאיר בניהו ח"ב ע' תקס"ד) סיפי שכל זך אמיתי, חולי קבוע מתפחד ויחלה וינצח לגמרי, אחיו מתכחם ואינו, והיה הולך להתתקן וחזר, סיפי עבר עבירה פירוש לגמרי, אך סיג"פ (סיניאר גבריאל פירירא) פורש וחוזר,. אין פאקט איז אויך אז די צוויי זענען גערעכנט ווי תלמידים פונעם חיד"א ווי עס שטייט אין מפתח אויף זיינע ספרים חומת אנ"ך. און אין צפורן שמיר סי' י"ב שטייט ער דער חיד"א האט געפירט מיט זיי הקפות און געמאכט אין דעם בית המדרש א סדר הקפות מיט תפלות.

ער איז פארבליבן אין ליווארנא, און נישט קיין סאך ארויס פון דארט, אפילו אין ליווארנא איז ער געזעסן אין זיין שטוב און דירעקט נישט קיין סאך ארויס צו עשירים און גרויסע לייט, איינמאל ווען זיין זון רבי רפאל ישעיהו אזולאי האט איהם פארבעטן ער זאל גיין צו א שמחה פון א גרויסער עושר, האט ער איהם צוליב געטוהן, אבער ער שרייבט צו זיין זיהן: פרצתי גדר הפרתי חק, והלכתי אמש בלילה לבקרו בחופת בתו ושם נמצאו מגבירי העיר ונצטערתי, וכו', ובשגם לא הלכתי אנהואנה משונה ביאה זו לכבוד בני ואורי, על כן דבר השייך לי לשמי לא אצא מדלתי ביתי (אגרת רוזענבערג סי' י"ד).

ער פלעגט אמאל פון דארט פאהרן קיין פיסה וואס איז גאנץ נאנט צו ליווארנא, דארט האט געוואונט די משפחה פון זיין ווייב. אויך האט איהם זיין זיהן ר' [ רפאל ישעיהו אזולאי ער זאל קומען איהם באזוכן אין זיין שטאט ווי ער איז געווען רב אנקווה אבער ער איז וויניג געפארן צו איהם ער שרייבט איהם אזוי:

דער חיד"א האט בשום אופן נישט געוואלט ווערן רב אין קיין שום פלאץ, ווי שוין געשריבן אויבן האט ער נישט אנגענומען דאס רבנות אין מצרים נאר צוליב ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה. אבער דאך האט ער געדינט ווי דער אומאויפציעלער רב אין שטאט, און ביז גאנץ צום סוף ווען מען האט געזאגט אין ליווארנא "דער רב" האט עס געמיינט דער חיד"א. אין די הקדמה פון זיין ספר ברכי יוסף, שרייבער דער ווינער רב מצד הספרדים "לא קבל מימיו שום רבנות".

אין יאר ה'תקמ"ב שרייבט צו איהם זיין חבר רבי יעקב אליישר ער זאל ארויף קומען צוריק קיין ארץ ישראל נעמען דאס רבנות אין שטאט צפת, און זאגט איהם צו אז מען וועט איהם צוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך, ער שרייבט אז אויב דער חיד"א וועט אננעמהן דאס רבנות וועט די שטאט ווערן אויפגעלעבט עס וועט ווערן "משוש כל הארץ אשר לא היתה לעולמים ממרן הבית יוסף עד היום" (מזרח ומערב כרך ג' תרפ"ט עמוד 321).

אין יאר ה'תקמ"ה איז נפטר דער רב פון אנקאנא הרב רב' אברהם ישראל, האט די קהילה אין שטאט אנקונה געלאדענט דעם חיד"א אחם חאהר ה'תקמ"ז ער זאל דארט ווערט רב, זיי האבן אים צוגעזאגט אסאך גליק, אבער געטריי צו זיין שיטה האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען און איז נישט געווארן דארט קיין רב ווי עס ווערט דערציילט אין ספר מדבר מתנה ח"ב קונטרס מדבר יחיד די"ב. למעשה האט זיי דער חיד"א געגעבן א עצה מען זאל נעמען זיין זון הרב רבי רפאל ישעיהו אזולאי.

אין ליווארנא האבן זיך געוואנדען צו אים אסאך רבנים און דיינים און אנגעפרעגט אסאך שאלות אין הלכה וויאזוי זיך צו פירן, ער האט מסדר געווען תפלות ווי סנסן ליאיר פאר די ניסים וואס די יודן אין ליווארנא האבן מיטגעלבעט אין יאר התק"נ, און אויך יוסף בסדר, און שומר הברית והחסד. דאס זענען אלע סדר תפלות וואס דער תפלה האט אין יענע צייטן געשריבן.

אין ליווארנא האט דער חיד"א אנגעפירט מיט אסאך חבורות און גרופעס בני תורה וואס האבן געלערענט לויט די אנווייזנוגען ווי דער חיד"א פאר זיי האט דער חיד"א מחבר געווען קונטרסים חדשים לבקרים, חברת חק לישראל.

די דרשות שבת כלה

אויך איז ער דארטן געזעסן אין הויז און בית המדרש פונעם עושר אליעזר חי שאלתיאל ריקאנאטי, ער האט זיך באזעצט אין זיין ישיבה. אט אין דער ישיבה האט דער חיד"א אנגהויבן צו זאגן דרשות פיר מאהל א יאר. שבת תשובה, שבת זכור, שבת הגדול, שבת כלה. די דרשות האט ער געזאגט משך פון עטליכע יאר ביז מען האט אים אנגעהויבן מכבד זיין זאגן דרשות אין דעם גרויסן בית המדרש פון ליווארנא, דאס האט ער שפעטער אפגעשריבן אין זיינע ספרים דברים אחדים. אהבת דוד, כסא דוד, רוח חיים.

עס ווערט פארציילט אסאך פון די דרשות פונעם חיד"א, די גאנצע שטאט האט מיט געהאלטן מיט די דרשות, ווען דער חיד"א פלעגט גיין צום גרויסן בית הכנסת איז געווען ליכטיג פאר אידן ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער טויזענטער אידן, מענער פרויען קינדער, מען איז געשטאנען פון דעם טיר פון זיין הויז ביז צום טיר פון בית המדרש, עס האט איהם געווארט א ריזן ציבור אידן, אין דער חיד"א איז אריבער צווישען זיי, זיין אויסזעהן, זיין הערליכע צורה איז געווען ווי א מלאך ה', עס האבן זיך פארזאמלט אין שוהל אלע איינואונער אידן, און האבן געהערט זיין חכמה זיין מוסר, זיינע גלוסטיגע רייד וואס האט געצויגן הערצער פון יעדן, מענטשן פון גאנץ ליווארנע זענען געקועמן הערן, אין דער נאמען פונעם חיד"א איז געוואקסן נישט בלויז ביי אידן, נאר אויך ביי גוים (אגרת הרב חיד"א הקדמה, ישראל קושטא).

זיינע חברים, עשירים, און זיינע נאנטע מענטשן

איינע פון די גוטע חברים און גוטער פריינד פונעם חיד"א איז געווען דער גרויסער רייכער מאן אין דער שטאט ליווארנא, רבי מיכאל פירירא די ליאון, אויך האט דער חיד"א געהאט א גרויסער עושר א נאנטער צו אים מיטן נאמען רבי אליעזר חי שאלתיאל ריקאנאטי.

דער חיד"א האט זיך אויף באקענט מיטן דרך החסידות די תלמידים פון גרויסן מגיד פון מעזריטש, און האט געהאט א נאנטער צוזאמען־ארבעט מיט זיי. דער בעל שם טוב ווערט דערמאנט מיט גרויס כבוד אין זיינע ספרים זעט חומת אנ"ך שה"ש א, א.

זיין משפחה

דאס ערשטע ווייב פונעם חיד"א האט געהייסן רחל. ביי די פופצן יאר איז ער געווען מיט איר א חתן (חיים שאל ח"א דס"ט "ידיד נפשי הארוס").

זיי האבן געהאט א טאכטער קלארא, זי איז אוועק יונגערהייט אין יאר ה'תקכ"ה אין חודש אלול ווען דער חיד"א איז געווען מיט זיין משפחה אין מצרים.

דער חיד"א איז געווען אין תוניס ווען ער איז געוואר געווארן אז זי איז געשטארבן, געווען איז עס כ"ב אדר שנת תקל"ד, ער האט זיך געזעצט אויף דער ערד פאר עטליכע מינוט ווי א שמועה רחוקה, ער שרייבט אויף איהר, איך האב זיך מצער געווען און געקלאגט אויף דעם וואס עס איז פארלוירן געווארן אזא בריליאנט שטיין, זי איז געווען כמעט איינציג אין דעם דור מיט חכמה, מיט כבוד, מיט שכל עצום ונורא, איהר חן און איר שיינקיייט, אין צניעות און ריינקייט קען מען נישט משער זיין (מעגל טוב ע' 61).

אין יאר ה'תקל"ה זיבן טאג אין חודש חשוון האט דער חיד"א חתונה געהאט מיט זיין צווייטן ווייב רחל בת משה לוי, זי איז געקומען פין איטאליע פון דער שטאט פיסא. זי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תקס"ד כ"ו כסלו.

עס איז וואונדערליך וואו מען געפינט אין כתבים פון חיד"א וויאזוי ער האט אין יאהר ה'תקל"ד שוין אינזין געהאט חתונה צו האבן מיט אט דער פרוי, ער האט געטראפן רמזים אז רחל דארף הייסן זיין פרוי, ער שרייבט רחל גימטריא חיים יוסף דוד, כי רחל שכינת עוזנו וחשקה להתחבר עם דודה וזה על ידי המוחין חב"ד אהי"ה הוי"ה איה"ה גימטריא חיים כנודע, וזהו חיים רמז למוחין, יוסף יסוד, דוד מלכות, ולכן רחל גימטריא זו, שחשקה להתחבר ביסוד ז"א על המוחין (קונטרס מסעות דף 164).

שוין אין תקל"ז האט דער חיד"א געקויפט א רינגל פאר קידושין (פנקס החשבונות דף 10, קניתי טבעת קידושין לירי וויניציאה, און מעגל טוב, זייט 89). מען געפינט צווישן זיינע כתבים וואו ער האט אינזין געהאט צו קויפן מתנות און שיינע זאכן פאר זיין ווייב, און וואו ער טרעפט רמזים.

עס איז דא אין זיינע כתבים (קונטרס חידושין על שו"ע) דער לשון הכתובה וואס דער חיד"א האט זעלבסט געשריבן פאר זיין צווייטער ווייב.

דער חיד"א האט חתונה געהאט מיט איר ז' חשוון, אין יאר ה'תקל"ט. ער שרייבט א סימן ברכה ז' חשוון איז דער טאג וואס מען הייבט אן אין ארץ ישראל צו בעטן פאר רעגן.

רחל איז נפטר געווארן כ"ו כסלו ה'תקס"ד, אין א פלאץ איז דא ווי ער צייכנט אהן וויפעיל געלט עס האט איהם געקאסט דאקטער געלד פאר איהם אין יאהר תקס"ג, דער חיד"א שרייבט בעוה"ר נפטר נוות ביתי נ"ע יום א כ"ו כסליו ב' חנוכה שנת תקס"ד, ה' ילוה על משכבה ותתענג בדשון ותתפלל בעדינו".

זייער זון איז געווען הרב ר' רפאל ישעיה אזולאי.

זיין הסתלקות

דער חיד"א איז שוואך געווארן סוף פון זיינע טעג אין יאר ה'תקס"ה, ער האט מסדר געווען א צוואה, און געשריבן וויאזוי מען זאל זיך באגיין מיט זיין לויה, און אויך וואס מען זאל לערנען, ער שרייבט: יעדן טאג זאלן צען יודען לערנען אין זיין בית המדרש ח"י פרקים משניות. ער האט איברגעלאזט א סכום געלד פאר זיי. ווינטער אין יאר ה'תקס"ו איז ער קראנק געווארן, די קהילה אין ליווארנא האט באצהלט געלד פאר אידן מען זאל זאגן תהלים און מתפלל זיין פאר אים, פרייטאג צונאכטס פרשת זכור, י"א אדר איז ער נסתלק געווארן, נאך יענעם שבת האט מען געשטעלט משמרות צו זאגן תהלים און לערנען. מוצאי שבת האט מען אים מספיד געווען אין אים באערדיגט. מען האט אים געטועהן גרויס כבוד, און די חברה קדישא האט ארויס געגעבן א באפעל אז יענעם יאר פורים זאל מען נישט שפיעלן און נישט זיין ספעציעל פרייליך, זיי שרייבן אז ווער עס וועט עובר זיין אויף די באפעל "העבריינים יאסרו ויועמדו למשפט". דער נוסח המצבה: הן פה מדור/מופת הדור/איש חכם/גדול מנביא. עת כי נקרא/אור התורה/למרומי על/נשבר לבי. אוי כי נחבא/שר הצבא/אוי, כי כבה/נר מערבי. כבוד מלא/רב המופלא/בסנהדרין/הוא המצביא. רב הו"ד הוסף/חיים יוסף/דוד נקרא/לפאר וצבי. רב כנהוראי/הוא אזולאי/עלה מרום/שבה שבי ובסוד עירין/בו מזהירין/כל החכמות/שנה רבי. הן הוא נפטר/ובסוד נעטר/יום י"א אדר/נעדר טובי בשנת תיקו"ן/לפ"ק צקון/לחש ונהי/גדל עצבי. אך בספריו/הוד ספיריו/נראה סודות/בם משגבי. לפני עליון/תוך אפריון/תגל נפשו/עם הרשב"י. ישוב דודי/עם איש סודי/הוא אליהו/התשבי. מצבת קבורת איש אלקים קדוש הוא הרב המופלא מופת הדור והדרו המקובל האלקי מרביץ תורה בישראל החסיד והעניו ריש מאתיה וריב מתיבתיה הישיש כמוהר"ר חיים יוסף דוד אזולאי זצוק"ל זכותו יגן עלינו ועל כל הקהל קדוש יצ"ו נקרא אל השמים אור עינים יום שבת קדוש באחד עשר באדר שנת תקס"ו לפ"ק יש"י ועמה"ן [י'בא ש'לום י'נוחו ע'ל מ'שכבותם ה'ולך נ'כחו] תנצב"ה

עס געפינט זיך א הספד אויף אים אין די ספרים דרכי הים להרב יצחק מאייו. רבי יוסף חזן דער מחבר פון די וואנדערבארע ספרים חקרי לב אין מערכי לב ער שרייבט אויף אים "האדון שאנו עוסקין בהספדו היה ראש כל עדת בני ישראל, היה גדול הדור ומכפר על הדור". און נאך.

זיינע אויסערגעווענליכע מדות

דער חיד"א איז געווען א ריזין בעל מדות. דער גאון רב מנחם בכר יצחק שרייבט אויף אים ווען ער איז אלט געווען פופצין יאר חכם רב בכור אזולאי שלום בכל מדות טובות (המעלות לשלמה דק"ג) זיין טאטע ר' רבי יצחק זרחיה אזולאי שרייבט אויף אים מדותיו מה עצמו ראשיהם (בהסכמה לספרו שער יוסף).

ער זעלבסט פארצייכנט אין זיינע ספרים ווי שטארק ער האט זיך געהיט פון פארשעמען מענטשן אפילו ווען זיי זענען נישט געווען גערעכט, ווי ער שרייבט אויף א גדול וואס האט געפרעגט קשיות אויף ראשונים: כל הקשויות אינם כלום, אך אין לדבר בדרוש ולהלבין פניו ח"ו (מעגל טוב, זייט 63). איינמאהל שרייבט ער הייתי סובל הרבה מאד, ומהודא ומשבח אנחא שנתן בי כח לסבול ונתן לי שכל טוב להתנהג כהוגן וכשרוה והצילנו מידו (מעגל טוב, זייט 29).

איינמאל איז ער געקומען קיין בורדו, דער רב ר' יעקב עטיאס האט געפסל'ט דעם שוחט פון שטאט, די קהילה לייט האבן געהאלטן אז דער שוחט איז יא גיט, ווען דער חיד"א איז געקומען האבן ביידע זייטן מסכים געווען דער חיד"א זאל ארויסזאגן זיין פסק. דער חיד"א האט מעיין געווען און איינגעזעהן אז דער רב איז נישט גערעכט, איז דער חיד"א געגאנגען צום רב און אים געבעטן ער זאל נאכגעבן פאר די פרנסים און ראשי קהילה ווייל ער איז נישט גערעכט, דער חיד"א האט אים געזאגט עין בעין ראית אשר חששתי לכבודך, ואולם עתה מוכרח אני להטפל, ער שרייבט צר לי על חילול השם ודומי דמעה על המורה הזקן, ומכל מקום כל העם אשר בשער ידעו כי מעשי לשם שמים, וכו', באופן שטרחתי הרבה בהלכות דרך ארץ וסבלנות עד אשר העמדתי האמת, ולא באתי למחלוקת עם המורה אף אם מעשיו שלא כהוגן, הייתי מכבדו ומזכירו בכבוד גדול בשני דרושים וכו' (מעגל טוב, זייט 36).

געווען אמאל וואס ער איז געווען אין פאריז האט זיך געוואנדען צו אים א גרויסער מיליאנער וואס האט געהייסן שמואל פיג'וטו, ער האט זיך געוואלט ג'טן פון זיין ווייב, אבער זי האט נישט געוואלט, האט דער מיליאנער צוגעזאגט פארן חיד"א טויזענטער פראנק אויב ער פירט דורך דעם גט פאר זיין ווייב, דער חיד"א שרייבט אז ער האט אים געענפטערט, קוק אויב ווילסטו איך זאל מאכן שלום צווישן אייך דאן מאך איך עס אומזיסט אהן קיין געלד, ווייל דיין פרוי איז א עהרליכע פיינע פרוי, אויב אבער א גט וועל איך בשום אופן נישט טועהן (מעגל טוב 121).

עס איז אינטערעסאנט צו שרייבן אז אין זיינע ספרים שרייבט ער איינמאהל ווען מען איז זיך מתוודה אז מען האט צופיל געשריגן אויפן פרוי "גערנו בנשינו ובנינו ומשרתינו שלא כדת ושלא כדין (כף אחת סי' י"ט). אויף עטליכע פלעצער שרייבט ער וועגען שלום בית "ביותר יהיה לו שלום עם אשתו ויזהר לכבדה" (מורה באצבע סי' ד' און סי' א' סעי' ח).

זיין הערליכן געשטאלט

צו דעם חיד"א האט צוגעגעבן זיין שיין געשטאלט, דער חיד"א איז געווען גאר א שיינע מענטש, מיט א הדרת פנים און באצירט מיט א אויסערגעווענליכן חן. ער דערמאנט אין זיין טאג בוך עטליכע מאל ווי למשל אין פראנקפורט האט מען אים געזאגט, חזותך מוכח כי יש נאמן אתה, זיינע קליידער זענען אלע געווען שיין און הערליך מיט א זעלטענעם סדר, ער פלעגט איבעראל מיט ברענגען זיינע קליידער, ער דערמאנט אין מעגל טוב ווי די בעלי עגלה האבן זיך גערעגט אויף אזוי פיל קליידער. אין יאר ה'תקי"ג אין מצרים שרייבט אויף אים דער דארטיגער רב ר' נסים שלמה אלגאזי ראו חזותו מוכחת עליו דומה הרב למלאך ה' צבאות " זיין געשטאלט זאגט עדות אויף אים ער איז גלייך ווי א מלאך" (הסכמה לספרו שער יוסף). דער גביר ר' גבריאל פרירא די ליאון פון ליווארנא שרייבט אויף אים והוא בא יפה תואר ויפה מראה נזר הקודש וכו', והיה כבואו אבי ואמי טף ונשים בקול ששון ובקל שמחה באהבה רבה יצאו לקראתו ויקדו וישתחו ויאמר לו בא יבא ברנה הננו עבדים לאדוני (ברכי יוסף ח"ב דף קי"ב).

ער האט שטענדיג געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, ווי ער איז געגאנגען האט זיך פארזאמלט אסאך מענטשען, יודען און גוים צוגלייך, און האט געקוקט אויף אים מיט ווינדער און ליבשאפט, אפילו פיינט פון אידן האט זיך געבויגן פאר אים. פון זיינע ספרים זעהט מען אויך ער האט געקענט עטליכע שפראכן ווי אראביש, שפאניש, פארטוגעזיש, איטאלקיש, און אויך פראנצויזיש (זעה מעגל טוב עמוד 34, עמוד 126, 128, 169, 145).

איינמאהל זייענדיג אין פראנקרייך האט אים א שר גענומען צו זיך אין זיין קאבינעט, דאס איז געועון אין פלאץ אין קעניג, דער פראנצוזישער קעניג האט אים געזעהן פון דערווייטענס, ער איז נתפעל געווארן פון זיין צורה, און געפרעגט: וועמענס אמבעסאדאר איז ער, צו וועלכער לאנד ? (מעגל טוב ע' 123).

זיינע ספרים

  חיד"א, זיינע ספרים

זיינע תלמידים

ר' יעקב נוניס, דערמאנט דורכן חיד"א "אהובינו יקירנו החכם והשלם והכולל" (אגרת רוזענבערג סי' י"ז). אויך אין די ספרים חדות יעקב ווערט ער דערמאנט אלץ זיין רבי.

הרב שמואל ב"ר משה הכהן דערמאנט דורך דעם חיד"א אין מחזיק ברכה או"ח תקי"א א. הקדמה לאגרת החיד"א. מדבר בערבה. הרב ר' אברהם מבראד דער מחבר פון ספר דבר המלך. ער דערמאנט אים אסאך מיט גרויס יראת הכבוד אין זיין ספר. רבי ישראל נחמן ב"ר יוסף דראביטשער פון סטאניסלאב אין זיין ספר פקודות המלך. רבי מתתיהו נסים טירני אין זיינע ספרים שפת אמת,

רעפערענצן

  1. זעט אין ספר מעגל טוב דף 56 ער שרייבט אז שנת תצ"ח איז ער געווען 14 יאר.
  2. בני יששכר ח"ב חודש תשרי דרוש י"ד

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!