רוי:אינסברוק
|
אינסברוק (דייטשיש: Innsbruck) איז די הויפטשטאט פון דעם לאנד טיראל אין עסטרייך. די שטאט וועלכע שאצט אפ באפעלקערונג פון 130,000 איינוואוינערס (2016) געפינט זיך אויפן ברעג פון דעם אין טייך, אין דעם זעלבן פלאץ וואו דער טייך הארמאניזירט זיך מיטן "זיל טייך" טאל. די שטאט געפינט זיך אין א אונטערשייד פון 30 קילאמעטער פונעם ברענער פארבייגאנג (דייטשיש: Brennerpass) הארט אין די אלפן בערג, און א דאנק דעם די שטאט האט זיך ערווארבן א נאמען פון א פאפולערער ציל פאר טוריסטן און אלס א בארימטן צענטער פון ווינטער ספארט.
היסטאריע
די שטאט איז געווארן דערמאנט צום ערשטן מאל אין אן אור-אלטן דאקומענט פון יאר 1187 אונטערן נאמען "אינספרוקע" (טיראליש:Insprucke). די שטאט איז באניצט געווארן אלס א וויכטיגן דורכגאנג פונקט פונעם "אין טייך", און דערפאר האט זי באקומען דעם נאמען אינסברוק. דער מארשרוט דורך דעם "ברענער-פאס" פלעגט זיין דעמאלטס א הויפטזעכליכער פארבינדונג פון קאמוניקאציע און טראנספארט צווישן דעם דרום און דעם צפון. און דער מער מזרח'דיגער מארשרוט, שניידט דורך די אלפן.
אין יאר 1429 איז אינסברוק עמטליך געווארן די הויפטשטאט פון דעם לאנד טיראל. דורך די נאפאלעאנישע מלחמות אינסברוק איז אריבערגעפירט געווארן צו בייערן פראווינץ אין דייטשלאנד, וועלכע האט געהאט אין יענע יארן א בונד מיט פראנקרייך. דער קעגנשטעליגער לידער אנדריס הופער האט געפירט דעם טיראלישן מיליטער צו א זיג אין דער "בערגאיסל" שלאכט קעגן די פאראייניגטע מאכטן פון בייערן און פראנקרייך, און האט געשטיצט די ווידער צוריקקערונג פון אינסברוק אלס הויפטשטאט פון טיראל. דערנאך האבן די פאראייניגטע מאכטן אינוואדירט טיראל, און אינסברוק איז געווארן א טייל פון בייערן ביז יאר 1814. אין יאר 1814, נאך דער "וויענער קאנגרעס" אינסברוק איז ווידערמאל צוריקגעגעבען געווארן צו עסטרייך. דער העלדישער טיראלישער אנדריס הופער וועלכער איז הינריכטעט געווארן, איז באגראבן אין דעם ארטיגן קלויסטער פון אינסברוק.
אין יאר 1938 איז די שטאט פארבונדן געווארן מיט נאצי דייטשלאנד אלס א טייל פון דעם "איינשלוס פלאן" פון דעם רשע אדאלף היטלער ימח שמו. דורך דער צווייטער וועלט קריג צווישן די יארן 1942 און 1945, זענען געשליידערט געווארן אויף דער שטאט 21 באמבעס, און צוליב דעם האט זי געליטן פון א שטארקן חורבן וואס האט איבערגעלאזט א גרויסן חלק פון דער שטאט פארניכטעט כמעט אינגאנצן.
נאך דער מלחמה האט מען איבערגעבויט און אויפגעראכטן די שטאט, און היינט צו טאגס קומען אהין טוריסטן פון דער גאנצער וועלט.
אין אינסברוק עס זענען פאראן פילצאליגע מוזעאומס, פראכטפולע פאלאצן, אור-אלטע גאסן און ארכיטעקטור, מאדערנע געשעפטן און נאך.
פאנאראמע
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!